דעם 18טן אָקטאָבער האָט פּראָפֿ׳ רות פּאַנאָפֿסקי געוווּנען אַ באַלוינונג אין דער ייִדיש־קאַטעגאָריע פֿון די „קאַנאַדישע ייִדישע ביכער־פּריזן‟ פֿאַר איר קריטישער אויסגאַבע פֿון מרים וואַדינגטאָנס געזאַמלטע לידער. בסך־הכּל, האָבן 9 מחברים באַקומען פּרעמיעס פֿאַר ביכער אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע טעמעס.
פּאַנאָפֿסקי, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם טאָראָנטער רײַערטאָן־אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט, אַז זי איז זייער אַנטציקט געוואָרן, ווען זי האָט געוווּנען די חשובֿע באַלוינונג. זי האָט זיך אָבער פֿאַרחידושט, אַז איר בוך האָט מען פֿאַררעכנט ווי אַ דערגרייכונג אין דער „ייִדיש־קאַטעגאָריע‟. ביז הײַנט, האָבן די לאַורעאַטן באַקומען דעם דאָזיקן פּריז פֿאַרן שרײַבן בפֿירוש וועגן דער ייִדישער שפּראַך אָדער ליטעראַטור. למשל, האָט פֿרידע פֿאָרמאַן באַקומען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר אַ באַלוינונג אין דער זעלבער קאַטעגאָריע פֿאַר אַן אַנטאָלאָגיע פֿון 13 ייִדישע מחברטעס, איבערגעזעצט אויף ענגליש.
מרים דוואָרקין (1917—2004), אַ פּאָעטעסע, שרײַבערין און איבערזעצערין, וועלכע האָט געשריבן אונטערן פּסעוודאָנים וואַדינגטאָן, איז באַקאַנט ווי די ערשטע ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט אַרויסגעגעבן אירע ווערק אין קאַנאַדע. זי איז געבוירן געוואָרן אין קאַנאַדע און אַרויסגעגעבן איר ערשטע פּאָעטישע זאַמלונג אין 1945, בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. געשריבן האָט זי אָבער אויף ענגליש, נישט אויף ייִדיש. הגם רחל קאָרן האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל נאָך דער מלחמה, איז זי אין די 1920ער יאָרן שוין געווען אַ באַקאַנטע וואַרשעווער ייִדישער פּאָעטעסע. אַן אַנדער באַקאַנטע מאָנטרעאָלער ייִדישע פּאָעטעסע, חוה ראָזענפֿאַרב, האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין דער לאָדזשער געטאָ. ווען וואַדינגטאָן האָט פּובליקירט אירע ערשטע ענגלישע ווערק, האָט אין קאַנאַדע שוין געבליט אַ רײַכע ייִדיש־קולטור.
פֿונדעסטוועגן, איז זי אויך באַקאַנט ווי אַ פּאָעטישע איבערזעצערין פֿון ייִדיש. וואַדינגטאָן איז דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה פֿון רוסישע ייִדן און זיך געלערנט אין דער פּראָגרעסיווער שול אויפֿן נאָמען פֿון יצחק־לייבוש פּרץ. דווקא זי האָט באַקענט דעם ענגלישן לייענער מיט די ווערק פֿון די קאַנאַדישע ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט ראָזענפֿאַרב און קאָרן, וועלכע האָט זיך אַמאָל צעוויינט, ווען זי האָט איבערגעלייענט און הויך אָפּגעשאַצט וואַדינגטאָנס איבערזעצונגען פֿון אירע לידער. אינעם יאָר 1958 איז זי אויפֿגעטראָטן אויף דער טעלעוויזיע און באַקענט די קאַנאַדער מיט דער מאָנטרעאָלער ייִדיש־קולטור. די קריטיקער באַמערקן, אַז אין אירע אייגענע ווערק פֿילט זיך אַ טיפֿע השפּעה פֿון ייִדיש.
אין פּאַנאָפֿסקיס צוויי־בענדיקער זאַמלונג זענען אַרײַן, אַחוץ וואַדינגטאָנס 50 אויסגעקליבענע אָריגינעלע לידער און פּאָעמעס, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל פֿריִער נישט געדרוקטע, פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען פֿון דײַטש, רוסיש און ייִדיש. הגם די פּאָעטעסע האָט אויסגעקליבן די שׂפֿת־המדינה ווי דעם מיטל פֿון איר שעפֿערישן אויסדרוק, איז זי געווען אַן אַקטיווע ייִדישיסטקע און אַ מיטגלידין פֿון דער טאָראָנטער אָרגאַניזאַציע „פֿרײַנד פֿון ייִדיש‟.
רות פּאַנאָפֿסקי געווינט די פּרעמיע פֿון דער קאַנאַדישער פּראָגראַם פֿון ייִדישע ביכער־פּריזן אויפֿן נאָמען פֿון העלען און סטען שוין צום צווייטן מאָל. אינעם יאָר 2008, ווען די פּרעמיע־פּראָגראַם איז געגרינדעט געוואָרן, האָט מען פּרעמירט איר אייגענע פּאָעמע אויף ענגליש, „לאהקע און נחום‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.