ס‘איז שױן נישט קײן נײַעס: די ניו־יאָרקער אונטערבאַן פֿאָרט זײער זעלטן און זײער פּאַמעלעך בײַ נאַכט און אין די סוף־װאָכן. װאַרטנדיק אױף דער באַן, װאָס לױט דעם פֿאָרפּלאַן װאָלט זי געדאַרפֿט אָט־אָט אָנקומען, קען מען משוגע װערן. פֿאַראַן אַפֿילו אַפּליקאַציעס, װאָס מע קען אינסטאַלירן בײַ זיך אין „סמאַרטפֿאָן“, װאָס העלפֿן אױסצומײַדן דאָס דריקעניש פֿון פֿאָרן, למשל, דורך מעדיטאַציע און אָטעם־געניטונגען. די צרות פֿון דער אונטערבאַן זענען אַ שטענדיקע טעמע פֿון די שמועסן װאָס מע הערט אומעטום, אין די געשעפֿטן, ביוראָען, אוניװערסיטעטן - שױן אָפּגערעדט אױף די פּעראָנען פֿון דער אונטערבאַן גופֿא. הלװאַי װאָלטן מיר געהאַט װעגן װאָס אַנדערש צו רעדן.
יענעם סוף־װאָך, װאַרטנדיק אױף דער F־באַן פֿון קװינס קײן מאַנהעטן, האָב איך אױסגעניצט די געלעגנהײט זיך אױסצולערנען אַ ביסל װעגן דער געשיכטע פֿון דער ניו־יאָרקער אונטערבאַן, װאָס איז די װאָך אַלט געװאָרן 111 יאָר. מיר איז געװען אַ חידוש, װאָס די צײַטן־טאַבעלע פֿון דער אונטערבאַן איז אַ מאָל געװען אַ סך מער פֿאַרלאָזלעך װי הײַנט. דעם 27סטן אָקטאָבער 1904, 2:35 נאָך מיטאָג, איז אָפּגעפֿאָרן די ערשטע באַן פֿון דער IRT, דעם „צװישנבאָראָ־גיכטראַנספּאָרט“. די באַן האָט זיך געשלענגלט דורך מאַנהעטן, פֿונעם אונטערשטאָטישן ראָטהױז ביז זי איז אָנגעקומען אין דער סטאַנציע אױף דער 145סטער גאַס ראָג בראָדװײ, פּונקט צו דער מינוט, װען מע האָט זי דערװאַרט. אין גאַנץ מאַנהעטן האָט געקלונגען דאָס געפּלאַפּל װעגן די כּישופֿדיקע באַנען, װאָס זענען שטילערהײט געלאָפֿן אונטער די פֿיס. און בײַ יעדער סטאַנציע האָט זיך אָנגעקליבן אַן עולם ניו־יאָרקער, װאָס האָבן געװאָלט אָנקוקן װי די פֿאָרערס קומען אַרױף פֿון אונטער דער ערד. אַרום און אַרום זענען 100,000 מענטשן געפֿאָרן מיט דער אונטערבאַן דעם ערשטן טאָג.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער אונטערבאַן פֿון אָקטאָבער 1904 איז די הײַנטיקע לכל־הדעות נאָך מער אימפּאָנירנדיק. 5.6 מיליאָן ניו־יאָרקער און טוריסטן פֿאָרן מיט דער אונטערבאַן יעדן טאָג. מיט 24 ליניעס און 469 סטאַנציעס (עטלעכע מיט אַ WiFi־סיגנאַל), איז זי די גרעסטע אונטערבאַן־סיסטעם אין דער גאַנצער װעלט. אױך איז זי די אײנציקע, װאָס פֿונקציאָנירט מישטיינס געזאָגט אַ גאַנצן מעת־לעת, אַלע טאָג פֿון יאָר.
אַך, װי גיך עס װערן באַנאַל די מאָדערנע נסים פֿון מענטשלעכער אינזשעניריע. מיר פֿאָרערס, װאָס פֿאַרלאָזן זיך אױף די באַנען אַיעדן טאָג, װערן פֿרוסטרירט איבער די פֿאַרשפּעטיקטע באַנען, די איבערגעפּאַקטע װאַגאָנען, די שמוציקע סטאַנציעס… ס‘איז ממש נישט צום פֿאַרטראָגן. מיר פֿאַרגעסן אָבער, אַז אָן די באַנען װאָלט אַ פֿאַראײניקטע שטאָט ניו־יאָרק נישט געקענט עקסיסטירן: די איסט־סײַד װאָלט געװען אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון װאַשינגטאָן־הײַטס, און די „אַרטיסטן“ אין אַסטאָריע (קװינס) װאָלטן זיך נישט געקענט זען מיט זײערע באַקאַנטע אין װיליאַמסבורג. (כאָטש איך טרײַב איבער, װי גרינג עס איז אָנצוקומען פֿון קװינס קײן ברוקלין. די G־באַן טױג באמת אין דר‘ערד.)
מיר זענען אױך גליקלעך, װאָס ניו־יאָרקער װײסן בדרך־כּלל װי אַזױ זיך צו פֿירן לײַטיש. אין אַנדערע שטעט, מיט מער מענטשן אָבער װײניקער באַנען, דאַרף מען זיך מאַסנװײַז אַרײַנשטופּן אין די װאַגאָנען, און מע טרעט זיך אָן אױף די פֿיס. (זעט נאָר דאָס בילד פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע „אַרײַנשטופּערס“ אין טאָקיאָ. אײַ, װאָס טוט מען נישט צוליב פּרנסה?) איז װי אַזױ זאָל מען זיך אַן עצה געבן מיט די פּאַמעלעכע באַנען װאָס באַװעגן זיך נישט, װאָס פֿאָרן אָפּ נישט צו דער צײַט און קומען אָן נאָך שפּעטער? אַ טײל פֿאָרערס לאָזן אַרױס אַ קללה אונטער דער נאָז, און אַנדערע, װי געזאָגט, ציִען זיך צוריק פֿון דער װעלט אין מעדיטאַציע. מײַן עצה? שאַפֿט זיך אײַן אַן עקזעמפּלאַר פֿון „פֿאָרװערטס“ און גיט אַ לײען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.