ס׳איז אַ זעלטענע זאַך הײַנט, אַז אַ נײַ ייִדיש ליד זאָל באמת ווערן אַ סענסאַציע אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, אָבער פּונקט אַזוי איז לעצטנס געשען מיט אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן דער זינגער חיים־שלמה מאַיעס שטעלט פֿאָר זײַן טאַנץ־שלאַגער „בס־קול‟ אויף אַ חתונה. דער פֿילם איז ממש גוואַלדיק, „מוראדיק‟ ווי עס זאָגן די הײַנטיקע יונגע חסידים מיטן טײַטש „קיל‟.
די מוזיק איז ניט קיין ספּעציעלער חידוש פֿאַר די, וואָס זענען שוין באַקאַנט מיט מאַיעס פֿריִערדיקע שלאַגערס מיט זײַן מוזיקאַלישן שותּף דודי קאַליש. די צוויי ישׂראלדיקע חסידישע זינגער און מוזיק־פּראָדוצענטן לאָזן שוין יאָרן לאַנג אַרויס נײַע נוסחאות פֿון באַקאַנטע אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע לידער אויף אַ היימישן ייִדיש. אַנשטאָט צו רעדן וועגן סעקס, געלט, פֿאַרלוירענע ליבעס אָדער אַנדערע זאַכן, קלינגען די פֿאַרכּשרטע גילגולים פֿון די לידער מיט פֿרומע דבורי־חיזוק.
דער מוזיק־ווידעאָ, וואָס מע האָט געשאַפֿן, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן דאָס ליד „בס־קול‟ אין דער חסידישער קהילה, איז דווקא געוואָרן אַ סענסאַציע אויך מחוץ דער חסידישער סבֿיבֿה. אַ סך ישׂראלים האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין דעם און זענען דערשטוינט פֿונעם ווידעאָ, ווײַל זיי האָבן, אַ פּנים, פֿריִער ניט געזען, אַז די חסידים זאָלן זיך אויפֿפֿירן אַזוי. פֿאַקטיש קען מען זען אַזעלכע סצענעס אויף אַ סך הײַנטיקע חסידישע שׂימחות, נאָר, פֿאַרשטייט זיך, ניט מיט אַזוי פֿיל ברען בײַם טאַנצן.
דודי קאַליש און חיים־שלמה מאַיעס זענען גאָר באַקאַנטע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס אַרבעטן אין כּמעט אַלע הײַנטצײַטיקע זשאַנערן פֿון מוזיק, ווי „ראָק‟, „רעפּ‟ און „פּאָפּ‟, ווי אויך מיט מער טראַדיציאָנעלע חסידישע סטילן. אין די לעצטע פּאָר יאָר זענען זיי געוואָרן אין גאַנצן „הויפּט־שטראָמיק‟ אין דער חסידישער וועלט, אָבער מיט אַכט יאָר צוריק האָט זייער אַלבאָם „רעפּ אין אידיש‟, מיט לידער, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע באַקאַנטע זינגער ווי מאַדאָנאַ, „פֿיפֿטי־צענט‟ און מײַקל דזשעקסאָן, אַרויסגערופֿן אַ ריזיקן סקאַנדאַל. פֿונעם אַלבאָם „רעפּ אין אידיש‟ איז כּדאַי צו הערן דאָס ליד „טעלעפֿאָן‟, וואָס איז אַ ווידער־מאַכונג פֿון מײַקל דזשעקסאָנס אַ ליד, ווי מע קען זען אינעם דאָזיקן פֿילם, אין וועלכן מע פֿלעכט צונויף די צוויי לידער.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן קאַלישס „געווען נעכטן גוט‟, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון שלמה ארציס שלאַגער „ירח‟ (לבֿנה). דער נײַער חסידישער נוסח פֿונעם ליד איז געוואָרן אַ שלאַגער אין ישׂראל, וווּ מע האָט עס אַפֿילו געשפּילט אויפֿן ראַדיאָ צווישן העברעיִשע פּאָפּ־לידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.