זונטיק, דעם 25סטן אָקטאָבער, זײַנען פֿאָרגעקומען נאַציאָנאַלע װאַלן אין אַרגענטינע. מען האָט אויסגעװײלט גובערנאַטאָרן, דעפּוטאַטן, סענאַטאָרן, אָבער װײַל קיינער פֿון די קאַנדידאַטן אויף פּרעזידענט האָט נישט באַקומען די מערהייט, װעלן דעם 22סטן נאָװעמבער פֿאָרקומען קאָמפּלימענטאַרע װאַלן צװישן די צװיי קאַנדידאַטן, װאָס האָבן באַקומען מער שטימען — דניאל שיאָלי, דער פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג — 36.5% און מאַוריציאָ מאַקרי, פֿון דער אָפּאָזיציע — 34.6%.
װאַלדאָ װאָלף, געװעזענער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט זיך אָפּגעזאָגט דעם 19טן יוני פֿון זײַן אַמט און זיך צוגעשטעלט װי אַ דעפּוטאַטן־קאַנדידאַט פֿון דער אָפּאָזיציע. ער איז אויסגעװיילט געװאָרן און האָט דערקלערט, אַז פֿונעם קאָנגרעס װעט ער ממשיך זײַן זײַן קאַמף פֿאַר גערעכטיקייט און פֿאַר די ייִדישע װערטן, און פֿאַר די פּלענער צו ענדערן די איצטיקע אומשטענדן.
דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר יוסף קנאָבלאָװיטש, האָט דערקלערט, אַז די באַציִונגען צװישן דער אַרגענטינער רעגירונג און דעם ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע שטייען הײַנט־צו־טאָג אויף דעם ערגסטן ניװאָ אין די לעצטע 10 יאָר. דער אָפּמאַך מיט איראַן, דער טויט פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן און דער אַנטיסעמיטיזם זײַנען די טעמעס, װאָס האָבן פֿאַקטיש איבערגעריסן דעם דיאַלאָג מיט דער רעגירונג.
דורית שבֿיט, ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין אין אַרגענטינע האָט דערקלערט דינסטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער, אַז די באַציִונגען צװישן אַרגענטינע און ישׂראל װעלן זיך נאָך מער פֿאַרבעסערן נאָך די װאַלן. זי פֿאָלגט נאָך דעם פּראָצעס מיט גרויס אינטערעס, און איז איבערגעצײַגט, אַז אויך דער ייִדישער ייִשובֿ אין אַרגענטינע װעט געניסן פֿון אָט דער פֿאַרבעסערונג. זי האָט אויך רעאַגירט אויף דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין ישׂראל און האָט באַדאַנקט די סאָלידאַריטעט פֿון די ייִדן אין אַרגענטינע. דער באַזוך אין לאַנד פֿון רחל פֿרענקעל, די מאַמע פֿון איינער פֿון די דרײַ דערמאָרדעטע יוגנטלעכע פֿאַר אַ יאָרן, איז ביז גאָר װיכטיק, װײַל זי איז אַ װיכטיקע פּערזענלעכקייט און אַ סימבאָל אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. זי קומט ריידן װעגן איר װייטיק, װאָס איז דער װייטיק פֿון אַ סך מאַמעס.
די „דאַיאַ‟ האָט געפּועלט, אַז די קאַנדידאַטין צו פֿאַרנעמען דעם אַמט פֿון בירגערמײַסטערין אין גאַרופּאַ, אַ קליין שטעטל פֿון דער פּראָװינץ מיסיאָנעס, זאָל זיך אָפּזאָגן זיך צוצושטעלן צו די װאַלן. בעאַטריס ברעטין לינדעמאַן איז די געװעזענע שנור פֿון אַדאָלף אייכמאַן און זי האָט כּסדר געלייקנט דעם חורבן אין אירע רעדעס. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון איר פּאַרטיי האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער ייִדישער פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּראָװינץ.
זונטיק, דעם 25סטן אָקטאָבער האָט אַ גרופּע נעאָ־נאַציס, אין נאַצישער קליידונג און סימבאָלן, אַטאַקירט מיט שטעקנס 2 יוגנטלעכע האָמאָסעקסואַלן, װאָס האָבן געשמועסט אין צענטער פֿון דער שטאָט מאַר דעל פּלאַטאַ, 400 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס. זיי זײַנען שװער פֿאַרװוּנדעט געװאָרן און ליגן אין שפּיטאָל. דער דירעקטאָר פֿאַר מענטשנרעכט פֿון דער מוניציפּאַליטעט, כאָסע לויִס סעריזשאָ, האָט אויסגעדריקט זײַן אומרו לגבי אַזעלכע אויסברוכן, װאָס חזרן זיך איבער לעצטנס אין דער שטאָט. ער האַלט, אַז דאָס איז די זעלביקע גרופּע, װאָס האָט באַשמוצט אַ װאַנטגעמעל אין דער אָרטיקער ביבליאָטעק און האָט פּיקעטירט קעגן אַ צוזאַמענקום פֿון פֿרויען. די פּאָליציי האָט נישט אינטערװענירט און סעריזשאָ האָט אָנגעגעבן אַן אָנקלאָג אין דער יוסטיץ. ער האַלט, אַז זיי האָבן אויך װאַנדאַליזירט קבֿרים אין דעם בית־עולם, מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק.
250### יאָר פֿון דעם ייִדישן שפּיטאָל אין בערלין
אין דעם דײַטשישן שפּיטאָל פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס קומט פֿאָר אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד די 250 יאָר פֿון דעם ייִדישן שפּיטאָל אין בערלין. פֿאָרשטייערס פֿון דער „דאַיאַ‟ און פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָבן באַזוכט דאָנערשטיק דעם 22סטן אָקטאָבער און זײַנען אויפֿגענומען געװאָרן פֿון פֿאָרשטייערס פֿון דער דײַטשער אַמבאַסאַדע און דעם דירעקטאָר פֿון שפּיטאָל.
אַ לעקציע אויף ביבלישע טעמעס אין דער ביבליאָטעק פֿון שטאָט־פּאַרלאַמענט
דינסטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ לעקציע אויף ביבלישע טעמעס אין דער ביבליאָטעק פֿון דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. פּראָפֿ׳ ברוך זײַדענקנאָפּ, געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער „אָרט‟־שול, װאָס איז הײַנט דער דירעקטאָר און גענעראַל־אינספּעקטאָר פֿון דעם דעפּאַרטאַמענט פֿאַר פּריװאַטע שולן פֿון דער שטאָט, האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע „די באַגריפֿן פֿון יוסטיץ און פֿאַראַנטװאָרטלעכקייט אין די ביבלישע טעקסטן‟. אַזעלכע טרעפֿונגען װעלן פֿאָרקומען װעכנטלעך ביז דעם 10טן נאָװעמבער.
דינסטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער האָט מען אין דעם ציקל „ייִדישע טעמאַטיק אין פֿילמען‟ געװיזן אין דער געמיינדע „עמיחי‟ דעם שפּאַנישן פֿילם „דער פּאַיאַץ און דער פֿיורער‟. דער פֿילם, באַזירט אויף אַ טעאַטער־פּיעסע, באַשרײַבט די פּלאַנירונג פֿון אַן אַטענטאַט אויף היטלערן, װאָס האָט געקענט דערנענטערן דעם סוף פֿונעם קריג. דער עולם האָט באַדאַרפֿט ברענגען שפּײַז, װאָס װעט פֿאַרטיילט װערן אין אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.