דעם 7טן און 8טן נאָוועמבער וועט אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין בערקלי, שטאַט קאַליפֿאָרניע, פֿאָרקומען דער ייִדיש־פֿעסטיוואַל „קלעז־קאַליפֿאָרניע‟.
די פּראָגראַם הייבט אָן נאָך שבת, 7:30 אין אָוונט, מיט „קאַבאַרע און קאַבערנע‟ — אַ קאָנצערט מיט זינגער, דערציילער, כּלי־זמרים, פּאָעטישע פֿאָרלייענונגען און ווײַן. דער באַקאַנטער בראָדוויי־פּראָדוסער און דראַמאַטורג אַריה שאָ וועט אָנפֿירן מיטן קאָנצערט. אינעם ערשטן אָוונט־טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל וועלן זיך באַטייליקן די אַקטריסעס שׂרה פֿעלדער און נעמי ניומאַן; די זינגער שרון בערנשטיין, העטער קליין, דזשאַנעט לעוויצקי און מרדכי־צבֿי (ענטאָני) ראָסעל; דער פּאָעט דזשעק מאַרמער. דער פֿילדער דוד טשערניאַווסקי, אַ געבוירענער אין פּעטערבורג, רוסלאַנד, וועט שפּילן אינעם „רוסישן סטיל‟. דזשים רעבהאַן וועט שפּילן אויפֿן אַקאָרדעאָן. שאול גודמאַנס גרופּע, וואָס שטרעבט ממשיך צו זײַן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿונעם פּוילישן שטעטל שרענסק, וועט אויפֿטרעטן מיט כּלי־זמרישער מוזיק.
אויפֿן צווייטן טאָג, זונטיק, וועט די פֿעסטיוואַל־פּראָגראַם זיך אָנהייבן 10 אַזייגער אינדערפֿרי און זיך פֿאַרענדיקן 10 אַזייגער בײַנאַכט. נאָך אַ ריי בילדונג־אונטערנעמונגען, וועט 5:30 אַזייגער נאָכמיטאָג פֿאָרקומען אַן אַנדער סעריע טעאַטראַלישע און מוזיקאַלישע אויפֿטריטן, אַרײַנגערעכנט אַ קאָנצערט פֿונעם טריִאָ „ווערעצקי פּאַס‟ ווי אויך אַ כּלי־זמרישער טאַנץ־אָוונט, בראָש מיטן פּראָפֿעסיאָנעלן טענצער ברוס בירמאַן.
דער פֿעסטיוואַל „קלעז־קאַליפֿאָרניע‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2003, כּדי צו באַקענען די תּושבֿים פֿון דער סאַן־פֿראַנציסקער אײַנגוס־געגנט מיט ייִדיש־קולטור און דער כּלי־זמרישער מוזיק. די אָרגאַניזאַטאָרן באַמערקן, אַז אין דער געגנט באַווײַזן זיך לעצטנס אַלץ מער מענטשן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש.
דער יערלעכער „קלעז־פֿעסטיוואַל‟ איז פֿאַרבונדן מיטן בערקלי־אוניווערסיטעט, וווּ די פּראָפֿעסאָרין יעל חבֿר פֿירט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדיש־שטודיעס און די יונגע אַקטיוויסטן פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישיסטישער טעטיקייט. אַן אַנדער צענטער פֿון אַקאַדעמישע ייִדיש־פּראָגראַמען איז דער סטענטאָן־אוניווערסיטעט. אינעם קהילה־צענטער, וווּ עס קומט פֿאָר דער פֿעסטיוואַל, ווערן כּסדר דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע ייִדיש־אונטערנעמונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.