אָנהייבנדיק פֿונעם 14טן נאָוועמבער, וועט מען אין דער קאָנסערוואַטיווער שיל „אור קודש‟, וואָס געפֿינט זיך אין טשיווי־טשייז, שטאַט מערילענד, אָנהייבן ווײַזן אַ סעריע קלאַסישע פֿילמען אויף ייִדיש. אַלע פֿינף קינאָ־אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען מוצאי־שבת, פֿון נאָוועמבער ביז מאַרץ, אין דער שיל־ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה זאַלצמאַן.
די יערלעכע פּראָגראַם פֿון פֿילמען אויף ייִדיש ווערט שוין דורכגעפֿירט אין „אור קודש‟ צום דריטן מאָל. הײַיאָר, שטעלט מען דעם טראָפּ אויף דער ראָלע פֿון חזנות אינעם ייִדישן טעאַטער.
אין צוויי וואָכן אַרום, בעת דער ערשטער אונטערנעמונג, וועלן די מתפּללים און די געסט פֿון דער שיל זיך באַקענען מיטן אַמעריקאַנער פֿילם „דער ווילנער בעל־הביתל‟. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אינעם עצם־נאָמען פֿונעם פֿילם שפּיגלט זיך אָפּ דער אויטענטישער ליטווישער דיאַלעקט פֿון ייִדיש, וואָס האָט נישט קיין דריטן גראַמאַטישן מין. דער רעזשיסאָר מאַקס נאָסיק האָט עס געשאַפֿן אינעם יאָר 1940. אינעם פֿילם גייט אַ רייד וועגן דעם ווילנער חזן, וועלכער קלײַבט זיך אויפֿצוטרעטן אינעם וואַרשעווער אָפּערע־הויז. די ראָלע פֿונעם הויפּט־העלד פֿירט אויס משה אוישער — אַן עכטער באַרימטער און מיוחסדיקער חזן פֿון ליפּקאַן, בעסאַראַביע, וועלכער זיגנט אויפֿן עקראַן „כּל־נדרי‟ און אַנדערע תּפֿילות פֿון ימים־נוראָים.
דעם 19טן דעצעמבער וועט מען אין „אור קודש‟ ווײַזן דעם דאָקומענטאַר „חזן‟ פֿון עריק גרינבערג אַניו, געשאַפֿן אינעם יאָר 2005, אין וועלכן דער חזן יעקבֿ מענדעלסאָן דערציילט וועגן דער חזנות־קונסט. הגם דער נאַראַטאָר רעדט אויף ענגליש, גייט ער איבער די גאַסן פֿונעם ברוקלינער ראַיאָן באָראָ־פּאַרק, וווּ עס וווינען טויזנטער ייִדיש־שפּראַכיקע חסידים.
דעם 9טן יאַנואַר וועט געוויזן ווערן די אַמעריקאַנער ראָמאַנטישע און קאָמישע דראַמע „גרינע פֿעלדער‟, געשאַפֿן דורך עדגאַר אולמער יעקבֿ בן־עמי אין 1937, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון אַ פֿאַריתומטן רײַסישן ישיבֿה־בחור, לוי־יצחק, וועלכער פֿאַרליבט זיך אין אַ מיידל, צינה. נאָך אַ ריי דראַמאַטישע פּאַסירונגען האָט ער חתונה מיט זײַן געליבטער, און ווערט אַ וועלטלעכער ייִד.
אַן אַנדער באַקאַנטע שאַפֿונג פֿון עדגאַר אולמער, „יאַנקל דער שמיד‟, וואָס איז אַרויס אין 1938, וועט געוויזן ווערן דעם 13סטן פֿעברואַר. דער דערמאָנטער באַרימטער חזן, משה אוישער, טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון אַ פֿריילעכן זינגענדיקן שטעטלדיקן שמיד. די סעריע וועט זיך שליסן דעם 12טן מאַרץ מיטן הײַנטצײַטיקן פֿילם „די משפּחה טאָמאַשעווסקי‟ — אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם ייִדישן טעאַטער בכלל און דעם באַקאַנטן פּאָרפֿאָלק פֿון אַקטיאָרן בפֿרט, בעסי און באָריס טאָמאַשעווסקי, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַ פּראָמינענט אָרט אויף דער סצענע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. אינעם פֿילם, געשאַפֿן מיט דרײַ יאָר צוריק, דערציילט דאָס אייניקל פֿון די אַקטיאָרן, מײַקל־טילסאָן טאָמאַס, ווי אַזוי די אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן געגרינדעט דעם ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.