וואָס ווייסט אַ הײַנטצײַטיקער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר וועגן בשן? גאָר ווייניק. אפֿשר געדענקט ער וועגן „פּרות הבשן”, די בשנער קי, וואָס ווערן דערמאָנט בײַם נבֿיא עמוס. אָבער וווּ איז דאָס בכלל, בשן? בשן איז אַ טייל פֿון היסטאָרישן ארץ־ישׂראל, פּונקט אַזאַ טײל ווי, למשל, יהודה, שומרון אָדער גליל, אָבער געאָגראַפֿיש איז ער אויפֿן מיזרחדיקן ברעג פֿונעם טײַך ירדן. בשן איז דער צפֿונדיקער טייל פֿונעם עבֿר־הירדן. זײַן דרומדיקע גרענעץ איז דער טײַך ירמוך, וואָס פֿליסט אַרײַן אינעם ירדן דרום צו פֿון כּנרת. דער מערבֿ־ראַנד פֿונעם בשן איז דאָס גולן־הויכלאַנד, וואָס זינט 1967 געפֿינט זיך אין באַשטאַנד פֿון מדינת־ישׂראל. די הויפּט־טייל פֿונעם בשן געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג אין באַשטאַנד פֿון סיריע.
אינעם ווײַטן היסטאָרישן עבֿר איז בשן געווען באַפֿעלקערט מיט ייִדן. מע זאָגט דאָך אין די שילן יעדן שבת דעם פּרק קל״ו פֿון די תּהילים, וווּ עס שטיין צווישן אַנדערס געשריבן, אַז רבונו־של־עולם האָט דערשלאָגן גרויסע און מעכטיקע מלכים — „סיחון מלך האמורי” און אויך „עוג מלך הבשן”. און ווײַטער שטײט — „נתן ארצם בנחלה לישׂראל עבֿדו”, איבערגעגעבן זייער לאַנד אין רשות פֿון ישׂראל, דעם קנעכט זײַנעם. בשן איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער נחלה פֿונעם שבֿט מנשה. דורות לאַנג האָבן ייִדן געלעבט אין בשן און אָט דער־אָ ראַיאָן איז געווען אַ טייל פֿונעם ייִדישן לאַנד. דער לעצטער ייִדישער הערשער פֿון דעם קאַנט איז געווען דער מלך אַגריפּס דער צווייטער, אַן אוראייניקל פֿונעם מלך הורדוס.
אַגריפּס דער צווייטער איז געשטאָרבן אינעם 92סטן אָדער 96סטן יאָר לויט דער קריסטלעכער צײַטרעכענונג. נאָך דעם האָבן די רוימער ענדגילטיק אָפּגעשאַפֿן ממלכת־יהודה; אָבער אויך נאָך דעם האָבן ייִדן במשך פֿון יאָרהונדערטער באַפֿעלקערט דעם ראַיאָן בשן. וועגן דעם זאָגן עדות חורבֿות פֿון פֿילצאָליקע אוראַלטע שולן, וואָס יעדער באַזוכער קען איצט גאַנץ אײנפֿאַך זען אין גולן־הויכלאַנד. אָבער אינעם 10טן יאָרהונדערט זײַנען די אוראַלטע ייִדישע ייִשובֿים פֿונעם בשן נעלם געוואָרן צוליב אינװאַזיע מצד די אַראַבישע נאָמאַדן.
אײניקע פּרוּוון צו באַנײַען דעם ייִדישן ייִשובֿ אינעם בשן זײַנען אונטערגענומען געוואָרן סוף 19טן יאָרהונדערט. אין 1886 האָט אַ גרופּע ייִדן פֿון צפֿת זיך באַזעצט אין גולן־הויכלאַנד. שפּעטער זײַנען געקומען נײַע עולים פֿון רוסלאַנד, רומעניע, בולגאַריע און פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. חיבת־ציון־גרופּעס פֿון אָט די לענדער האָבן צונויפֿגעקליבן געלט, כּדי צו קויפֿן ערד אין בשן בײַ די אָרטיקע מוסולמענער. דער באַראָן ראָטשילד האָט שפּעטער אויסגעקויפֿט די דאָזיקע שטחים, כּדי צו העלפֿן די נײַע ייִשובֿניקעס. צו אַנטוויקלען די ייִדישע איבערוואַנדערונג קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געשאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען פּיק״אַ (Palestine Jewish Colonization Association). זײַנע באַאַמטע האָבן געעפֿנט אַ קאָנטאָר פֿון פּיק״אַ אינעם ייִשובֿ דזשילין אינעם בשן. אָבער די טערקישע הערשער האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער אַנטוויקלונג פֿון די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אינעם בשן. אונטער זייער דראַנג אין סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאַרלאָזט געוואָרן כּמעט אַלע נײַע ייִדישע ייִשובֿים אין אָט דעם ראַיאָן. די באַאַמטע פֿון פּיק״אַ זײַנען געבליבן אין דזשילין ביזן אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען זיי זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן דורך די טערקן.
נאָך דער מלחמה איז בשן געוואָרן אַ טייל פֿון דער פֿראַנצויזישער מאַנדאַט־טעריטאָריע סיריע, און ניט פֿון דער בריטישער מאַנדאַט־טעריטאָריע פּאַלעסטינע, ווי די אַנדערע טיילן פֿון ארץ־ישׂראל. עס איז ניט געווען קיין שום מעגלעכקייט צו אַנטוויקלען ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אונטער דער פֿראַנצויזישער הערשאַפֿט. אין יאָר 1920 איז, צוליב די אַטאַקעס מצד מוסולמענישע שכנים, פֿאַרלאָזט געוואָרן די לעצטע ייִדישע קאָלאָניע אין בשן — בני־יהודה. די באַאַמטע פֿון פּיק״אַ האָבן פֿאָרגעזעצט צו פֿאַרווירקלעכן די ייִדישע רעכט אויף זייערע שטחים אינעם בשן. זיי האָבן געצאָלט פֿאַר זיי די מלוכה־שטײַערן און פֿאַרדונגען זיי אין אַרענדע די שכנים־אַראַבער. אָבער אין די יאָרן 1944–1948 האָט די סירישע רעגירונג, וואָס איז בשעת־מעשׂה געוואָרן אומאָפּהענגיק, קאָנפֿיסקירט אָן שום קאָמפּענסאַציעס אַלע ייִדישע טעריטאָריעס אינעם בשן. עס רעדט זיך װעגן 100000 דונאַם אין דער איצטיקער סירישער פּראָווינץ דרעא (דאַראַאַ), און נאָך 6000 דונאַם אין גולן־הויכלאַנד, וואָס געפֿינט זיך איצט אין באַשטאַנד פֿון מדינת־ישׂראל (דונאַם — איז ווערט 1000 קוואַדראַט־מעטער). פּיק״אַ האָט געהאַלטן די דאָקומענטן אויף דעם שטח פֿונעם בשן ביז 1957טן יאָר און שפּעטער איבערגעגעבן זיי דעם קרן־קיימת־לישׂראל.
מע זאָגט, אַז אין אָנהייב פֿון די 90ער יאָרן, ווען עס האָבן זיך אָנגעהױבן אונטערהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און סיריע, זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן דערמאָנט דער ישׂראלדיקער רעגירוג, אַז קרן־קימת־לישׂראל האָט אַ גרויס ערד־אייגנטום אין סיריע, אַ שטח, וואָס איז צו פֿאַרגלײַכן מיטן גולן־הויכלאַנד, וואָס ישׂראל האָט צוגענומען בײַ סיריע בעת דער זעקס־טאָגיקער מלחמה פֿון 1967. מע האָט פֿאָרגעלײגט אויסצונוצן אָט דעם פֿאַקט, ווי אַ תּירוץ אויף אײַנצורעגולירן סירישע טעריטאָריעלע פּרעטענזיעס צו ישׂראל; נאָר קיינער האָט ביז איצט ניט דערמאָנט וועגן דעם אויף אַן אָפֿיציעלן ניוואָ.
ס’איז שוין עטלעכע יאָר, זינט אין סיריע בושעוועט אַ בירגערקריג. די ייִדישע טעריטאָריע פֿונעם בשן זײַנען קאָנצענטרירט גאַנץ קאָמפּאַקט אויפֿן מערבֿ פֿון דער פּראָווינץ דרעא, ממש בײַ דער גרענעץ פֿונעם ישׂראלדיקן גולן־הויכלאַנד. און די גאַנצע פּראָווינץ דרעא ווערט קאָנטראָלירט דורך די סוניטישע אויפֿשטענדלער, וועלכע קעמפֿן קעגן דעם רעזשים פֿון באַשאַר אַסאַד. קיינער ווייסט ניט, וואָס און ווען וועט זײַן דער סוף פֿון דעם בירגערקריג; וואָס וועט זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מלוכה, וועלכע הייסט סיריע, און צי וועט בכלל בלײַבן אַזאַ מלוכה. איז אַוודאי און אַוודאי, הייבט קיינער ניט אַפֿילו צו וויסן, וואָס וועט זײַן מיטן ייִדישן ערד־אייגנטום אינעם בשן. אָבער אין אַלע שולן איז מען ממשיך צו זאָגן און צו זינגען: „ונתן ארצם לנחלה לישׂראל עבֿדו”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.