(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3837)
דעם 14טן נאָוועמבער, וועט זיך אין דער „וואַלואַ־גאַלעריע‟ אין מאַנהעטן עפֿענען אַן אויסשטעלונג פֿון בערך 60 וואַנט־געמעלן, קאָסטומען, בילדער און צייכענונגען, וואָס דער סצענע־דעקאָראַטאָר באָריס אַראָנסאָן האָט געשאַפֿן פֿאַר די ספּעקטאַקלען אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק. אַ טייל פֿון די עקספּאָנאַטן וועט מען קאָנען קויפֿן פֿאַר אַ גרויסער סומע פֿון 5,000 ביז 25,000 דאָלאַר. דעם 29סטן אָקטאָבער האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער דאָזיקער קולטור־אונטערנעמונג.
די אויסשטעלונג, מיטן נאָמען „זיך גרייטנדיקן צום נס: פֿון די בראָנקס ביז בראָדוויי, באָריס אַראָנסאָן און דער ייִדיש־טעאַטער‟, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער פּאַריזער גאַלעריע „מינאָטאַווער‟ און איז באַגרינדעט אויפֿן גרויסן משפּחה־אַרכיוו פֿון אַראָנסאָנס אַלמנה און זון, מאַרק אַראָנסאָן, אַ שרײַבער אין ניו־דזשערזי.
אַראָנסאָן (1898—1980) איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו. אין זײַן קינדהייט און יוגנט, האָט ער שטודירט די קונסט פֿון טעאַטראַלישע דעקאָראַציעס בײַ דער מאָדערניסטישער קינסטלערין אַלעקסאַנדראַ עקסטער. די באַרימטע רעזשיסאָרן ווסעוואָלאָד מייערהאָלד און אַלכּסנדר טאַיִראָוו האָבן משפּיע געווען אויף זײַן סטיל. להיפּוך צו דער רעאַליסטישער שיטה פֿון קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַווסקי, האָט דער דעקאָראַטאָר אויסגעקליבן דעם דײַטשישן און סאָוועטישן קוביזם און קאָנסטרוקציאָניזם. זײַנע אומסימעטרישע אַוואַנגאַרדיסטישע שאַפֿונגען האָבן משפּיע געווען אויפֿן מוזיקל „פֿילדער אויפֿן דאַך‟, וועלכער איז אינעם יאָר 1971 פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם באַרימטן פֿילם און ווערט איצט געשפּילט אויף בראָדוויי.
אין די 1920ער יאָרן, האָט אַראָנסאָן כּסדר דעקאָרירט די ייִדישע טעאַטערס אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, וווּ דעמאָלט האָט זיך געפֿונען אַ גרויסער וועלט־צענטער פֿון ייִדיש־קולטור. שפּעטער האָט ער אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די ספּעציפֿישע ראַמען פֿון דער ייִדישער סצענע און איז געוואָרן אַ באַרימטער דעקאָראַטאָר פֿון גרויסע וועלט־טעאַטערס. אַחוץ די דעקאָראַציעס, איז ער אויך געווען אַ באַגאַבטער מאָלער און סקולפּטאָר.
די הײַנטיקע אויסשטעלונג איז געווידמעט דער פֿריִיִקער תּקופֿה פֿון אַראָנסאָנס שעפֿערישקייט, ווען ער האָט געשאַפֿן קאָסטומען פֿון שדים, מלאָכים, בעטלער און חתן־כּלות פֿאַר די אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געשפּילט אויף ייִדיש אויף דער בינע, באַצירט מיט זײַנע אימאַזשן פֿון שילן, שטעטלדיקע הײַזקעס, אַלטע שלעסער, ניו־יאָרקער הימל־קראַצערס און מעטראָ־וואַגאָנען.
אַ ריי אַנדערע עקספּאָנאַנטן וועט אַראָנסאָנס משפּחה ברענגען אויף דער אויסשטעלונג „דער ניו־יאָרקער ייִדיש־טעאַטער: פֿון באַוערי ביז בראָדוויי‟, וועלכע וועט זיך עפֿענען אין מאַרץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.