די מאָנטרעאָלער מאַמע פֿון פֿיר קינדער, שפֿרה לאָוען, איז נישט קיין פּנים חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט נישט איין מאָל געשריבן וועגן אירע איבערלעבונגען, צוזאַמען מיט איר מאַן יוחנן, בײַם פֿאַרלאָזן די טאָשער חסידים, כּדי צו קענען געבן זייערע קינדער אַ געראָטענע סעקולערע בילדונג און שאַפֿן פֿאַר זיי אַ לעבן־שטייגער, וואָס דערלויבט זיי זיך אויסצולעבן אויף אַ פֿרײַען, שאַפֿערישן אופֿן.
עס זענען דאָ אַנדערע משפּחות, וואָס זענען אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, אָבער די לאָוען־משפּחה האָט אַרויסגערופֿן אַ ספּעציעלן אינטערעס, ווײַל זיי האָבן ווײַטער גערעדט ייִדיש מיט די קינדער, זיי פֿאָרגעלייענט ייִדישע קינדער־ליטעראַטור, און זיך אַליין באַצייכנט ווי ייִדישיסטן. אין 2012 האָט די משפּחה פֿאַרבראַכט צוזאַמען אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון יוגנטרוף — אַן איבערלעבונג וואָס די קינדער האָבן גערופֿן „נאָך בעסער ווי דיזני־וווּרלד‟.
די וואָך איז אויף „יו־טוב‟ אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ רירנדיקע ווידעאָ, וווּ שפֿרה דערציילט, אויף ייִדיש, פֿאַר וואָס זי און יוחנן זענען אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, און די שוועריקייטן בײַם דורכמאַכן אַזאַ געוואַלדיקן איבערגאַנג. דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט OTD Manual (אַ וועגווײַזער פֿאַר ייִדן, וואָס זענען „אַראָפּ פֿון דרך‟). דער וועגווײַזער, וואָס געפֿינט זיך אויף דער אינטערנעץ, נעמט אַרײַן די עצות און פּערזענלעכע איבעלעבונגען פֿון אַנדערע „אָפּגעפֿאָרענע‟ ייִדן. שפֿרהס ווידעאָ איז אָבער כּמעט די איינציקע אויף מאַמע־לשון. די צוקוקער וואָס קענען נישט קיין ייִדיש קענען קוועטשן אַ קנעפּל צו באַקומען ענגלישע אונטערקעפּלעך.
אינעם ווידעאָ דערציילט שפֿרה, אַז זי האָט אַ מאָל געהאַט אַ גוטן שם אין דער חסידישער וועלט. זי האָט געשריבן ייִדישע לידער, וואָס זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די מיידלשע שולן און זומער־לאַגערן, און זי איז געווען אַ באַליבטע לערערין. דערפֿאַר איז איר אָנגעקומען אַזוי שווער צו פֿאַרלאָזן יענע וועלט. ס׳איז איר אָבער געגאַנגען אין לעבן, אַז אירע קינדער זאָלן קריגן אַ גוטע סעקולערע דערציִונג, כּדי זיי זאָלן קענען אין דער צוקונפֿט גוט פֿאַרדינען בײַ אַ פֿאַך, וואָס שאַפֿט זיי פֿאַרגעניגן און באַפֿרידיקונג. זי גיט אָבער צו פֿאַרשטיין ווי געוואַלדיק אומעטיק עס איז געווען פֿאַר איר די ערשטע צוויי יאָר ביז זי האָט זיך, סוף־כּל־סוף, געפֿונען אַן אָרט אין דער סעקולערער געזעלשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.