קעמעראָוואָ, אַ שטאָט אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿון מערבֿ־סיביר, איז אַ גרויסער רוסלענדישער געגנט־צענטער מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום 550,000 נפֿשות. אין קעמעראָוואָ איז הײַנט פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה, בערך 1,500 נפֿשות, פֿאַרבונדן מיט ליובאַוויטש. קיין גרויסער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדיש־קולטור, איז עס אָבער נישט.
פֿונדעסטוועגן, פֿירט אָן מיט דער קאַטעדרע פֿון דער דײַטשישער פֿילאָלאָגיע בײַם קעמעראָווער מלוכישן אוניווערסיטעט אַ פּראָפֿעסאָר, קיריל שישיגין, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין ייִדיש און איז ממשיך אויף אַן אייגנאַרטיקן מאָדערנעם אופֿן מאַקס ווײַנרײַכס פֿאָרשונגען וועגן דעם צונויפֿגעשמאָלצענעם כאַראַקטער פֿון ייִדיש, ווי אַ היבריד פֿון אַ גערמאַנישן, סעמיטישן און סלאַווישן קאָמפּאָנענט. אין יולי, האָט שישיגין פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטער־דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער היבריד־מאָרפֿאָלאָגיע. זײַן פֿאָרש־ווערק אויף 413 זײַטן האָט זיך איצט באַוויזן אויף דער אינטערנעץ.
אין דער רוסישער אַקאַדעמישער סיסטעם, איז די דאָקטאָר־דיסערטאַציע די צווייטע מדרגה פֿונעם דאָקטאָראַט, וואָס קאָן פֿאַרגליכן ווערן, אין געוויסע אַספּעקטן מיטן אַמעריקאַנער „פּאָסט־דאָק‟. זײַן ערשטן „קאַנדידאַט־דאָקטאָראַט‟ האָט שישיגין פֿאַרטיידיקט אין 2004 פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון דײַטשישע רעקלאַמע־טעקסטן. אין די לעצטע יאָרן, האָט דער דאָזיקער פֿילאָלאָג זיך אָבער פֿאַרנומען מיט ייִדיש און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי אינטערעסאַנטע אַרטיקלען וועגן דער היבריד־נאַטור פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק. הגם ס׳רובֿ ייִדישע ווערבן זעען אויס ווי גערמאַנישע, פֿאָלגן זיי סיסטעמאַטיש דעם מוסטער פֿון די סלאַווישע שפּראַכן.
צום בײַשפּיל, אַזעלכע ווערטער, ווי „פֿאַרקרימען‟, „באַגיין זיך‟ אָדער „אונטערקויפֿן‟, באַשטייען פֿון אַ גערמאַנישן פּרעפֿיקס, וואָרצל און סופֿיקס. אויף דײַטש זענען זיי אָבער נישטאָ; סעמאַנטיש, שטאַמען זיי פֿון סלאַווישע שפּראַכן. אין זײַן דאָקטאָראַט, דערקלערט שישיגין, אויפֿן סמך פֿון עריקאַ טימס פֿאָרשונגען, אַז אין אַ געוויסער מאָס האָט אויף די ייִדישע ווערבן אויך משפּיע געווען דער סעמיטישער שפּראַך־בוי. די ייִדישע ווערב־סטרוקטור טאָר מען נישט באַטראַכטן בלויז ווי סלאַווישע „קאַלקעס‟, ווײַל זי כאַפּט אַרום די גאַנצע שפּראַך. פֿאַקטיש, שטעלט מיט זיך ייִדיש פֿאָר אַן אָרגאַנישן גערמאַניש־סלאַווישן־סעמיטישן היבריד.
אין געוויסע ווערבאַלע אַספּעקטן, זענען אין ייִדיש אַנטוויקלט די סלאַוויש־שטאַמיקע סטרוקטורן נאָך מער, ווי אין די סלאַווישע שפּראַכן גופֿא. אין זײַנע פֿאָרשונגען, באַנוצט זיך שישיגין אָפֿט מיט פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿון רוסיניש — די שפּראַך פֿון אַ טייל תּושבֿים אינעם מערבֿ־אוקראַיִנישן און מיזרח־פּוילישן קאַרפּאַטן־ראַיאָן, וואָס שיידט זיך ממשותדיק אונטער פֿון אוקראַיִניש און אַנטהאַלט געוויסע גערמאַנישע עלעמענטן.
דער געדאַנק, אַז ייִדיש איז אַ האַלב־סלאַווישע שפּראַך, איז נישט קיין חידוש. געוויסע לינגוויסטן, בראָש מיטן לינגוויסט פּאָל וועקסלער, באַטראַכטן אונדזער לשון בכלל ווי אַ פֿאָרעם פֿון „רעלעקטיפֿיצירן סלאַוויש‟. ס׳רובֿ פֿאָרשער באַטראַכטן אָבער וועקסלערס טעאָריעס ווי צווייפֿלהאַפֿטיקע און גוזמאדיקע. אין זײַן דיסערטאַציע, דערמאָנט שישיגין די אַמאָליקע כּוזרים, אָבער שטיצט נישט וועקסלערס השערה, אַז די אַשכּנזישע ייִדן שטאַמען פֿון די סלאַווישע גרים. שישיגינס אַרבעט איז אַ ריין לינגוויסטישע. ער אַנאַליזירט סיסטעמאַטיש, אויפֿן סמך פֿון קאָנקרעטע קלאָרע פֿאַקטן, די סלאַווישע סטרוקטור פֿון די ייִדישע ווערבן, אָבער מאַכט נישט דערפֿון קיין סענסאַציאָנעלע אויספֿירן.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז אונדזער שפּראַך ווערט שטודירט אין אַזעלכע ווײַטע מקומות, וווּ אַחוץ דעם פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט און, מעגלעך, אַ פּאָר מתפּללים אין דער קליינער באַוועגלעכער שיל, זענען קיין ייִדיש־קענער נישטאָ. די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען פֿון ייִדיש קאָנען אויך וואַרפֿן אַ שײַן אויף די אַנדערע היבריד־שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ענגליש, וואָס שיידט זיך שטאַרק אונטער פֿון ס׳רובֿ אַנדערע גערמאַנישע שפּראַכן צוליב דער מעכטיקער השפּעה פֿונעם מיטל־עלטערלעכן פֿראַנצויזיש. אונדזער שפּראַך שטעלט מיט זיך פֿאָר סײַ אַ קולטורעלן און גײַסטיקן אוצר, סײַ אַ גרויסן לינגוויסטישן פֿענאָמען, וואָס קאָן העלפֿן צו פֿאַרשטיין די סודות פֿון שפּראַכלעכער היברידיזאַציע בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.