די וואָך האָט ייִוואָ אַרויפֿגעשטעלט אויף איר וועבזײַט אַן אינטערוויו פֿון דעצעמבער 1967, מיטן ייִדישן פֿילאָלאָג און דעמאָלטדיקן רעדאַקטער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟, ד״ר מרדכי שעכטער, אויף דער טעמע, באָטאַנישע טערמינען אויף ייִדיש.
דער אינטערוויו איז לכתּחילה טראַנסמיטירט געוואָרן בעת דער ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס ייִוואָ האָט דעמאָלט געהאַט אויף דער ייִדישער סטאַנציע WEVD. יעדע וואָך האָט מען אויף דער פּראָגראַם דורכגעפֿירט אינטערוויוען און דיסקוסיעס מיט פֿירנדיקע ייִדישע קולטור־טוער אין ניו־יאָרק, און אויך געמאָלדן וועגן ייִוואָס אייגענע אַקאַדעמישע און קולטורעלע פּראָיעקטן.
אינעם אינטערוויו, דורכגעפֿירט פֿון לובאַ קאָנדעל, אַן אַקטריסע אין דער „פֿאָלקסבינע‟ און די פֿרוי פֿון הײַנז קאָנדעל, אַ גרינדער פֿונעם „ייִדישן קולטור־בונד טעאַטער‟ אין בערלין, באַשרײַבט שעכטער זײַן ייִדישן באָטאַנישן פּראָיעקט, וואָס נעמט אַרײַן 1,600 האָלץ־געוויקסן אין ייִדיש, ענגליש און לאַטײַן. (די באָטאַניק איז אין 2005 פּובליקירט געוואָרן אין בוך־פֿאָרעם, אונטערן נאָמען „די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש‟ — Plant Names in Yiddish.)
פֿאַר וואָס האָט שעכטער באַשלאָסן אַרײַנצורעכענען די לאַטײַנישע טערמינען? „סײַ אין מעדיצין, סײַ אין דער נאַטור־וויסנשאַפֿט, איז לאַטײַן פֿאַררעכנט פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך, און דאָס זעט מען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, יאַפּאַן און אומעטום,‟ האָט ער דערקלערט.
ווען קאָנדעל קאָמענטירט, אַז ייִדן זענען דאָך אַ שטאָטיש פֿאָלק, אָפּגעריסן פֿון וואַלד און פֿעלד, ענטפֿערט שעכטער: „אין אייראָפּע האָבן מיר געהאַט וואַלד־ און געהילץ־סוחרים, וואָס האָבן זיך גוט אויסגעקענט אויף ביימער. עס זענען געווען ייִדישע ערד־אַרבעטער אין אוקראַיִנע, קרים און בעסאַראַביע, און אין די קאַרפּאַטן האָבן מיר אַפֿילו געהאַט ייִדישע האָלצהעקערס.‟
שעכטער גיט טאַקע בײַשפּילן פֿון ייִדישע טערמינען, וואָס האָבן אַ ספּעציעלן ייִדישן חן, ווי, למשל די פֿאַרשידענע מינים באַרן־ביימער: „כּל־נדרי באַרעלעך‟, וואָס באַטײַט די באַרן, וועלכע צײַטיקן זיך אויס האַרבסטצײַט, ווי אויך „נעילה־באַרעלעך‟ און „שיקסע־באַרעלעך‟.
אַ סך פֿון די טערמינען פֿאַר ביימער און קשאַקעס האָט שעכטער געפֿונען בײַ די ייִדישע שרײַבער — פּרץ הירשביין, משה קולבאַק און אַבֿרהם סוצקעווער; ווי אויך בײַ די ייִדישע נסיעה־באַשרײַבער, און די איבערזעצער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף ייִדיש.
בײַ די געוויקסן, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין ייִדישן נאָמען האָט מען געשאַפֿן נײַע ווערטער. דער גרעסטער קוואַל פֿון די נעאָלאָגיזמען האָט ער געפֿונען אין די לערנביכער פֿון דער ייִדישער שול־באַוועגונג אין פּוילן, ראַטן־פֿאַרבאַנד, ליטע און לעטלאַנד, וווּ מע האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געלערנט די נאַטור־וויסנשאַפֿט אויף ייִדיש.
דעם גאַנצן אינטערוויו קענט איר הערן דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.