דעם 29סטן אָקטאָבער איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען די קאָנצערט־פּראָגראַם „ייִדיש־דזשעז‟ פֿונעם באַרימטן רוסלענדישן מוזיקער אַנדריי מאַקאַרעוויטש. הגם ער איז שוין אויפֿגעטראָטן מיט זײַן אַלבאָם אין צפֿון־אַמעריקע און אייראָפּע, בלײַבן זײַנע נײַע ייִדיש־ווערק ווייניק באַקאַנט אין רוסלאַנד. דער נײַער קאַמער־טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אַלעקסאַנדר גראַדסקי, וווּ דער מוזיקער האָט געשפּילט, האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אַ קליינעם פֿאַרמאַכטן עולם דעם 4טן סעפּטעמבער נאָכן לאַנג־יאָריקן איבערבוי. דער פֿאַרגאַנגענער קאָנצערט פֿון „ייִדיש־דזשעז‟ איז געווען די ערשטע מאַסן־אונטערנעמונג אינעם רעמאָנטירטן בנין.
אין רוסלאַנד, איז מאַקאַרעוויטש צום מערסטן באַקאַנט ווי דער גרינדער, זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און לידער־מחבר פֿון דער סאָוועטישע ראָק־גרופּע „צײַט־מאַשין‟ („מאַשינאַ וורעמעני‟), געגרינדעט אינעם יאָר 1969. צוערשט, האָט דער מוזיקאַנט געליטן פֿון סאָוועטישע רדיפֿות; די רעגירונג האָט זיך דעמאָלט באַצויגן צום ראָק־זשאַנער מיט אַ גרויסן חשד און האָט עס באַטראַכט ווי אַ שעדלעכע מערבֿדיקע השפּעה. אינעם יאָר 1979 איז אָבער די גרופּע אָפֿיציעל רעגיסטרירט געוואָרן און בלײַבט באַרימט אין רוסלאַנד ווי אַ קלאַסישער מוסטער פֿונעם אַלטן סאָוועטישן ראָק.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מאַקאַרעוויטש זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש און האָט פּרעזענטירט אין אַ שיל דעם ערשטן טייל פֿון זײַן דזשעז־אַלבאָם. צוליב זײַן באַציִונג צו דער ראָלע, וואָס רוסלאַנד האָט געשפּילט אינעם מיזרח־אוקראַיִנישן באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט, האָט ער לעצטנס געליטן פֿון אַ נײַער כוואַליע מלוכישע און פּערזענלעכע רדיפֿות. מיט אַ יאָר צוריק, ראָש־השנה, האָט אַ כוליגאַן געפּרוּווט אָפּצושטעלן זײַן קאָנצערט פֿון „ייִדיש־דזשעז‟ און באַשפּריצט דעם זאַל מיטן טרערן־גאַז. אין יולי, האָט עמעצער זיך „אַרײַנגעהאַקט‟ אויף דער וועבזײַט פֿון זײַן גרופּע און פֿאַרשפּרייט דעם קלאַנג, אַז מאַקאַרעוויטש איז, כּלומרשט, דערהרגעט געוואָרן.
דעם צווייטן אַלבאָם פֿון זײַנע ייִדיש־ווערק האָט מאַקאַרעוויטש געשאַפֿן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. ביידע אַלבאָמען זענען צוטריטלעך פֿרײַ אויף דער אינטערנעץ, אָבער בלויז פֿאַר די תּושבֿים פֿון רוסלאַנד און די אַרומיקע לענדער. איצט האָבן די אײַנוווינער פֿון דער רוסלענדישער הויפּטשטאָט באַקומען אַ מעגלעכקייט אויסצוהערן דעם קאָנצערט לעבעדיקערהייט אינעם נײַ־רעמאָנטירטן זאַל, אָנגעפֿירט דורך אַלעקסאַנדר גראַדסקי — אַן אַנדער באַקאַנטער מוזיקער, אויך פֿאַרבונדן מיטן שאַפֿן די רוסישע טראַדיציע פֿון ראָק־מוזיק.
מיט אַ וואָך צוריק, האָט מאַקאַרעוויטש דערקלערט אין אַן אינטערוויו, אַז צוזאַמען מיט זײַנע שותּפֿים האָט ער דורכגעפֿירט אַ גאַנצע סעריע „אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען‟ און אַנטדעקט אַ ריי אוניקאַלע דזשעז־ווערק, וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געשאַפֿן מיט 100 יאָר צוריק אין אַמעריקע. הגם די ייִדן האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן מוזיקאַלישן זשאַנער, זענען אַ טייל פֿון די ייִדישע דזשעז־שאַפֿונגען כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. דער מיזיקער „שווערט זיך‟, אַז ס׳איז כּדאַי זיי אויסצוהערן.
לאָמיר אויך צוצוגעבן, אַז בלויז עטלעכע פֿון די לידער זענען טאַקע אויף ייִדיש. למעשׂה, ס׳רובֿ זענען אויף ענגליש, אויפֿן סמך פֿון ייִדישער מוזיק. מאַקאַרעוויטש אַליין קען נישט קיין ייִדיש, הגם ער געדענקט פֿאַרשיידענע „קאָלאָריטנע‟ פֿראַזעס פֿון זײַן באָבען. אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז אַ נײַער חשובֿער מאָסקווער טעאַטער האָט זיך געעעפֿנט דווקא מיט אַ ייִדיש־קאָנצערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.