מער ווי צוויי־דריטל פֿון די מיטלשול־תּלמידים אין ענגלאַנד פֿאַרשטייען נישט דעם טײַטש פֿונעם וואָרט „אַנטיסעמיטיזם‟, לויט אַ וויכטיקן נײַעם באַריכט וועגן חורבן־דערציִונג.
הגם אַ גרויסער טייל פֿון די תּלמידים, וואָס מע האָט אויסגעפֿרעגט אין דער אַנקעטע, האַלטן, אַז ס׳איז וויכטיק צו לערנען וועגן דעם חורבן, און ס׳רובֿ האָבן געוואָלט וויסן מער וועגן דעם, האָט בײַ זיי „געפֿעלט די מינדסטע קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנד‟ וועגן דעם נאַצי־גענאָציד.
די אַנקעטע פֿון כּמעט 8,000 תּלמידים איז די גרעסטע פֿאָרשונג אויפֿ דער טעמע איבער דער גאַנצער וועלט, און איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן „צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟ בײַם „אוניווערסיטעט קאָלעדזש לאָנדאָן‟.
מער ווי 85% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן זיך שוין געלערנט וועגן דעם חורבן איידער זיי זענען אָנגעקומען אינעם צענטן קלאַס (צו 13 און 14 יאָר). 83% האָבן געזאָגט, אַז מע דאַרף לערנען דעם חורבן־לימוד אין שול, און מער ווי 70% פֿון די וואָס האָבן שוין געלערנט וועגן דעם, האָבן געוואָלט וויסן נאָך מער.
ס׳רובֿ האָבן געוווּסט, אַז די הויפּט־קרבנות זענען געווען די ייִדן, אָבער האָבן אַרויסגעוויזן „ווייניק פֿאַרשטאַנד פֿאַר וואָס מע האָט זיי גערודפֿט און דערמאָרדעט‟. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אויך געמיינט, אַז דער גענאָציד איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דײַטשלאַנד, און נישט אין מיזרח־אייראָפּע, און מער ווי אַ העלפֿט האָט זיך געדאַכט, אַז די גרעסטע צאָל ייִדישע קרבנות זענען געקומען פֿון דײַטשלאַנד, נישט פֿון פּוילן. 10% האָבן געהאַלטן, אַז ווייניקער ווי 100,000 ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן.
71% האָבן געוווּסט, אַז אוישוויץ האָט אַ שײַכות מיטן חורבן, אָבער ווייניקער ווי אַ זעקסטל האָט דערקענט די נעמען פֿון אַנדערע לאַגערן, ווי טרעבלינקע אָדער בערגען־בעלזען.
די עלטערע תּלמידים האָבן שוין געוווּסט אַ ביסל מער וועגן די נאַציס, אָבער אַ סך האָבן געגלייבט, אַז דאָס איז געווען אַן עליטע גרופּע, און נישט אַ פּאָליטישע פּאַרטיי, וואָס ס׳רובֿ פֿון דער דײַטשער באַפֿעלקערונג האָט שטאַרק געשטיצט. ווייניקער ווי 10% האָבן געמיינט, אַז דאָס דײַטשע פֿאָלק „האָט געשפּילט אַ ראָלע אָדער געטראָגן דאָס אַחריות‟ פֿאַר די רדיפֿות אויף ייִדן.
בערך אַ זעקסטל האָט געמיינט, אַז ענגלאַנד האָט דורכגעפֿירט ראַטיר־אַקציעס צו ראַטעווען די ייִדן, און ווייניקער ווי 25% האָבן געהאַלטן, אַז ענגלאַנד האָט גאָרנישט געוווּסט וועגן די מאַסן־שחיטות ביזן סוף פֿון דער מלחמה.
דער באַריכט האָט אויך אויסגעדריקט זאָרג וועגן דער השפּעה אויף דער יוגנט פֿון די פֿיקטיווע חורבן־ראָמאַנען, ווי The Boy in the Striped Pyjamas (דאָס ייִנגל אין דער געשטרײַפֿטער פּיזשאַמע), וואָס איז „היסטאָריש נישט פּינקטלעך‟. דער דאָזיקער ראָמאַן און פֿילם וועגן דעם נאַצי־גענאָציד זענען שטאַרק פּאָפּולער בײַ די קינדער און דערוואַקסלינגען.
„דער פֿילם פֿאַרשפּרייט דעם פֿאַלשן, אָבער פּאָפּולערן באַגריף, אַז ס׳רובֿ דײַטשן האָבן נישט געוווּסט, וואָס ס׳קומט פֿאָר,‟ האָט דער באַריכט באַטאָנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.