דער ענין „גרעבלעכקייט אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟ איז געוואָרן ווידער אַ פּאָפּולערע טעמע אין די לעצטע פּאָר וואָכן צוליב דעם באַנײַטן אינטערעס צו שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟. כאָטש אַש איז געווען דער סאַמע־קאָנטראָווערסיעלער שרײַבער אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור (און ניט בלויז צוליב ניבֿול־פּה), זענען געווען נאָך אַנדערע „שמוציקע‟ שרײַבער, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אַ סך סתּירותדיקע געשפּרעכן. צווישן זיי — יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס לאַנג איידער מע האָט אים צוגעטיילט דעם „נאָבעל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור, האָט מען אים אָפֿט געטאַדלט פֿאַרן „אַרײַנפֿירן שמוץ אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟.
ווי אַ סך ערנסטע קינסטלער און שרײַבער, וואָס באַנוצן זיך מיט קאָנטראָווערסיעלע מאַטעריאַלן האָט באַשעוויס געשילדערט זײַנע גרעבלעכע אימאַזשן ניט סתּם צו שאָקירן די לייענער, נאָר דווקא צוליב קאָנקרעטע אידעאָלאָגישע, קינסטלערישע און עסטעטישע סיבות. יענע סיבות האָט ער דערקלערט אין צוויי אַרטיקלען, וואָס זענען דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ אין די 1960ער יאָרן.
לעצטנס, האָט דער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס „אין געוועב‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסיי פֿון באַשעוויסן, וואָס מע האָט אַדאַפּטירט פֿון צוויי אַרטיקלען, וואָס זענען לכתּחילה אָפּגעדרוקט געוואָרן אין 1963 און 1966. אינעם גאָר אינטערעסאַנטן עסיי, וואָס מע קען לייענען אויף ייִדיש אָדער ענגליש, דערקלערט באַשעוויס, אַז ווען עס קומט צו ניבֿול־פּה־ווערטער דאַרף מען ניט בלויז באַטראַכטן די ווערטער אַליין, נאָר אויך די כּוונה וואָס ליגט הינטער זיי. ער טענהט, אַז חכמה קען נאָר עקזיסטירן, אויב מע פֿאַרשטייט סײַ דאָס גוטע, סײַ דאָס שלעכטע אינעם לעבן און, אַז מע קען ניט געהעריק שילדערן די קנייטשן פֿון ליבע און אינטימקייט, אָן דעם שילדערן סעקס. דער פֿאַקט, טענהט באַשעוויס, וואָס געוויסע שרײַבער באַנוצן זיך מיט סעקס אין זייערע ווערק, כּדי צוצוציִען אַן עולם אויף אַ ביליקן אופֿן מיינט ניט, אַז ערנסטע שרײַבער טאָרן אויך ניט שרײַבן וועגן סעקס. באַשעוויס דערקלערט ווײַטער, אַז די וואָס ווילן צענזורירן די ליטעראַטור וואָלטן אויך געדאַרפֿט, אַוודאי, אָנהייבן פֿונעם „תּנ׳׳ך‟, וואָס איז ממש אָנגעפֿילט מיט אַלע מינים אומאָנגענעמע עפּיזאָדן. ווי ער דערקלערט אַליין: „אויב מע זאָל אַרויסנעמען פֿון דער ליטעראַטור סעקס און מאָרד, וואָלט נישט געבליבן קיין ליטעראַטור‟.
פֿון דער אַנדערער זײַט, דערקלערט באַשעוויס, איז אים אַליין אומבאַקוועם צו לייענען די ווערק פֿון אַזעלכע אַמעריקאַנער שרײַבער ווי הענרי מילער, וואָס באַנוצט זיך מיט גרעבלעכע ווערטער, וואָס עס פּאַסט נישט פֿאַר אַ קאָזאַק. באַשעוויס האַלט, אָבער, אַז דאָס האָט ווייניקער צו טאָן מיט די שרײַבער אַליין; די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט בײַט זיך, ווײַל מענטשן רעדן ניט אַזוי איידל ווי אַמאָל. דערפֿאַר דאַרף דער שרײַבער, טענהט באַשעוויס, זיך באַנוצן מיט אַזעלכע גרעבלעכע ווערטער, כּדי ריכטיק אָפּצושפּיגלען ווי אַזוי מענטשן דריקן זיך אויס. דעם גאַנצן עסיי קען מען לייענען דאָ: //ingeveb.org/texts-and-translations/indecent-language-sex-and-censorship-in-literature
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.