ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published November 05, 2015, issue of November 27, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען אין דער „נאַכט פֿון די מוזייען‟

שבת, דעם 31סטן אָקטאָבער האָט מען װידער דורכגעפֿירט אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, די „נאַכט פֿון די מוזייען‟. דער אַרײַנגאַנג איז געװען אַ פֿרײַער און טראַנספּאָרט־מיטלען זײַנען געװען אומזיסט צװישן 6 פֿאַר נאַכט ביז 3 פֿאַר טאָג. אַ 800.000 מענטשן האָבן באַזוכט קונסט־אויסשטעלונגען און קולטור־צענטערס, װאָס האָבן צוגעגרייט ספּעציעלע אוטערנעמונגען. דאָס „הויז פֿון אַנאַ פֿראַנק‟ מיט עדות פֿון דער שארית־הפּליטה, לעקציעס און קאָנצערטן און דער „ייִדישער מוזיי‟ מיט אַ שפּאַציר אין בילדער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין אַרגענטינע, האָבן שטאַרק אויסגענומען בײַ די באַזוכערס.


די וועלט־באַרימטע מוזיקער בעטן פֿאַר די פּליטים פֿון סיריע

דניאל באַרענבוים האָט געבעטן בײַ דער אַרגענטינער רעגירונג זי זאָל אויפֿנעמען אין אַרגענטינע די פּליטים, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון סיריע, װײַל די גאַנצע װעלט דאַרף זיי העלפֿן און נישט נאָר אייראָפּע. די פּיאַניסטין מאַרטאַ אַרגעריטש האָט אויך געשטיצט זײַן בקשה. ביידע האָבן דערקלערט, אַז זייערע משפּחות האָבן געפֿונען שוץ אין לאַנד, װען זיי זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם צאַרס רדיפֿות סוף 19טן יאָרהונדערט. דאָס װעט זײַן פֿאַר אַרגענטינע אַ מעגלעכקייט זיך צו באַװײַזן אויף דער װעלט־סצענע.


אַ נײַ בוך: „די רעליגיע איז אַרײַן אין מײַן משפּחה‟

„די רעליגיע איז אַרײַן אין מײַן משפּחה‟ איז אַ נײַ בוך, װאָס ס‘איז פּובליקירט געװאָרן דורכן פֿאַרלאַג „מילה‟ בײַ דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. די מחברינס שׂרה מנין און שושנה נאָװאָמינסקי אַנאַליזירן די דערשײַנונג, װאָס האָט זיך אַנטװיקלט אין דער ייִדישער װעלט, װוּ הונדערטער דערװײַטערטע יחידים פֿון ייִדישקייט, אַפּאַטישע און אָפֿט מאָל אַפֿילו קעגנערס, װערן פּלוצעם שטרענג רעליגיעזע מענטשן. דאָס בוך פּרוּװט דערקלערן די רעליגיעזע, סאָציאָלאָגישע און עמאָציאָנעלע סיבות. עס נעמט אַרײַן אַ 20 פֿאַלן, און די אויטאָרינס אַנאַליזירן זיי. זיי האָבן די אייגענע דערפֿאַרונג פֿון אייגענע משפּחה־מיטגלידער, און פּרוּװן געפֿינען מיטלען פֿאַר אַ האַרמאָניש צוזאַמענלעבן אין די משפּחות, װאָס דאַרפֿן זיך צופּאַסן נישט איבערצורײַסן מיט די מיטגלידער, װעלכע האָבן געביטן זייער אויפֿפֿירונגען, אַקצעפּטירן די אונטערשיידן, לערנען זיך צופּאַסן צו נײַע אומשטענדן און באַרײַכערט װערן אין דעם פּראָצעס. שושנה נאָװאָמינסקי איז אַ ייִדישע לערערין און אַ פּסיכאָלאָגין. געאַרבעט במשך פֿון 30 יאָר אין ייִדישע שולן; און שׂרה מנין איז אַ סאָציאַלע פּסיכאָלאָגין, װאָס האָט אויך געלערנט פֿילאָזאָפֿיע און קבלה. זי האָט זיך ספּעציאַליזירט אין טעראַפּיע פֿאַר משפּחות.


אַ סיכסוך צווישן שכנים

שכנים פֿון אַן עקסקלוסיװער געגנט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָבן זיך קעגנגעשטעלט, אַז די „ספֿרדישע קאָנגרעגאַציע‟ זאָל בויען אַ נײַע סינאַגאָגע. זיי האָבן אָנגעגעבן אַן אָנקלאַג אין דער מוניציפּאַליטעט; די „דאַיאַ‟ האָט שטרענג רעאַגירט. דערװײַל גייען אָן די פּלענער און מע רעכנט אין אַ פּאָר חדשים באַנײַען דעם בנין.


אַן אַרגענטינער אַמבאַסאַדע אין ראַמאַלאַ

אַרגענטינע האָט נישט נאָר זיך אַרויסגעזאָגט װעגן דער איצטיקער לאַגע קעגן ישׂראַל; זי האָט פֿאַרװאַנדלט דעם סטאַטוס פֿון דעם ביוראָ פֿון דער אַרגענטינער דעלעגאַציע, װאָס געפֿינט זיך אין ראַמאַלאַ, אין אַן אַמבאַסאַדע. דער ייִדישער ייִשובֿ האָט דערװײַל זיך נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם.


מעגלעכע נײַע פּרטים וועגן דעם „ניסמאַן־ענין‟

די װאַלן האָבן אָפּגעװאָנדן אַ ביסל דעם אינטערעס אויף דער אויספֿאָרשונג פֿונעם טויט פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן, אָבער עס האָט גערופֿן די אויפֿמערקזאַמקייט, װאָס אַ קאָלאָמביאַנער, װעלכער זיצט אַרעסטירט און װאַרט, אַז די אַרגענטינער יוסטיץ זאָל אים אויסליװערן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געבעטן בײַ דער פּראָקוראָרין פֿײַן, װאָס גייט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג, זי זאָל אויסהערן זײַן עדות־זאָגן, װײַל ער קען בײַטראָגן אינפֿאָרמאַציעס װעגן ניסמאַנס שײַכות מיט אַרגענטינער שפּיאָנען. מען האַלט, אַז דאָס װעט פֿאָרקומען אין די נאָענטע טעג.

װאַלדאָ װאָלף, געװעזענער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, װאָס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן אַמט און זיך צוגעשטעלט צו די װאַלן, וווּ ער איז אויסגעװיילט געװאָרן װי אַ דעפּוטאַט פֿון דער אָפּאָזיציע, האָט עדות געזאָגט דאָנערשטיק דעם 29סטן אָקטאָבער. ער איז געװען דער לעצטער, מיט װעלכן ניסמאַן האָט אָפּגעהאַלטן אַ טעלעפֿאָנישן קאָנטאַקט און צו אים אַרויסגעשיקט בילדער, וווּ מען זעט, װי ער זיצט און אַרבעט פֿאַר זײַן פּרעזענטאַציע פֿאַרן קאָנגרעס. די פּראָקוראָרין פֿײַן האָט דערקלערט, אַז זײַנע רייד זײַנען „ביז גאָר ניצלעך‟, און זי האָט אָנגעהויבן בסוד מיט אַ ריי שריט.


דער ערשטער קבלת־שבת פֿאַר טויבע

דער ערשטער קבלת־שבת פֿאַר טויבע און מענטשן, װאָס האָבן שמיעה־שװעריקייטן, איז פֿאָרגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס דעם 30סטן אָקטאָבער אין דער געמיינדע „אַרלען פֿערן‟ פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג. די תּפֿילות זײַנען באַגלייט געװאָרן מיט שטום־לשון און נאָך דעם איז פֿאָרגעקומען אַ סעודה מיט דער אָנװעזנהייט פֿון אַ גרעסערן עולם.