„פּיו”־אַנקעטע: 57% אַמעריקאַנער ייִדן עסן חזיר; תּורה־לערנען וואַקסט

Pew Survey: 57% of US Jews Eat Pork, While Torah Study Grows

JTA

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published November 06, 2015, issue of November 27, 2015.

ניו־יאָרק. — אין אַ נײַער „פּיו‟־שטודיע וועגן רעליגיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז דינסטיק פּובליקירט געוואָרן, האָבן בלויז 847 פֿון די 35,000 באַטייליקטע זיך אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן לויט דער רעליגיע. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיך באַוויזן עטלעכע אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם הײַנטיקן רעליגיעזן אופֿפֿיר, גלויבן און שטים־נייגונגען בײַ ייִדן.

זינט דער לעצטער „פּיו‟־אַנקעטע פֿון די אַמעריקאַנער וועגן רעליגיעזע ענינים, אין 2007, איז געוואַקסן דער פּראָצענט ייִדן, וואָס האַלטן, אַז רעליגיע איז זיי וויכטיק — פֿון 31% ביז 35%. דער פּראָצענט ייִדן, וואָס גייען אין אַ סינאָגאָגע איין מאָל אַ וואָך אָדער מער, איז געוואַקסן פֿון 16 ביז 19%, און די פּראָפּאָרץ ייִדן וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען פֿון תּנ״ך איין מאָל אַ וואָך אָדער אָפֿטער, איז אויך געוואַקסן — פֿון 14 ביז 17 פּראָצענט.

לויט דער שטודיע, קלערן ייִדן אָבער ווייניקער וועגן דעם באַטײַט פֿון לעבן (45%) ווי די אַמעריקאַנער מוסולמענער (64%), פּראָטעסטאַנטן (61%), קאַטאָליקן (52%) און בודיסטן (59%).

און וואָס זאָגן די ייִדן העלפֿט זיי צו באַשליסן וואָס איז ריכטיק, און וואָס איז נישט? 50% זאָגן, אַז זיי ניצן דעם שׂכל־הישר; 17% ווענדן זיך צו דער רעליגיע; 17% — צו פֿילאָסאָפֿיע, און 14% — צו דער וויסנשאַפֿט. 40% ייִדן גלייבן אין עולם־הבא (אין 2007 האָבן 38% געזאָגט אַזוי) און 22% גלייבן, אַז ס׳איז דאָ אַ גיהנום.

 בײַ אַמעריקאַנער אין אַלגעמיין, איז פֿאַראַן אַ גרויסער אונטערשייד צווישן מענער און פֿרויען וואָס שייך תּפֿילה טאָן. 64% אַמעריקאַנער פֿרויען טוען תּפֿילה יעדן טאָג, אַקעגן 46% אַמעריקאַנער מענער. בײַ ייִדן איז דער אונטערשייד אָבער קלענער: 31% פֿרויען דאַווענען יעדן טאָג אין פֿאַרגלײַך מיט 27% מענער.

ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן עסן חזיר. אין פֿאַרגלײַך מיט די מוסולמענער, וואָס 90% פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי עסן נישט קיין חזיר, האָבן בלויז 40% פֿון די ייִדן געזאָגט אַזוי.

54% ייִדן האַלטן, אַז די רעליגיעזע אינסטיטוציעס זענען צו פֿאָקוסירט אויף געלט און מאַכט; 59% האָבן געזאָגט, אַז די אינסטיטוציעס קאָנצענטרירן זיך צו פֿיל אויף דעם, אַז מע זאָל פֿאָלגן תּקנות, און 59% — אַז זיי זענען צו פֿאַרמישט אין פּאָליטיק.