אין אָקטאָבער, האָט די וועבזײַט פֿון דער אַמאָליקער ריגער וועלטלעכער ייִדישער שול בײַ ציש״אָ, די „צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע‟, פֿאַרעפֿנטלעכט נײַע מאַטעריאַלן וועגן דעם 10טן יוביליי פֿונעם דאָזיקן בילדונג־אַנשטאַלט, וועלכן מע האָט אָפּגעמערקט אין 1931. די מחברים האָבן איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש אַ טייל פֿונעם דעמאָלטיקן שול־באַריכט, באַגלייט מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַזעלכע באַקאַנטע טוער, ווי מאַקס ווײַנרײַך און חיים זשיטלאָווסקי. בעת זײַן רעדע לכּבֿוד דעם יוביליי, האָט זשיטלאָווסקי געזאָגט, אַז די ייִדישע גימנאַזיע אין ריגע איז אין יענער תּקופֿה געווען דער בעסטער פּראַקטישער באַווײַז, אַז דער יונגער דור ייִדן מוז באַקומען אַ מאָדערנע בילדונג אויף זייער אייגענער שפּראַך, ייִדיש.
אויף דער וועבזײַט skolas.jimdo.com פֿון דער היסטאָרישער בונדיסטישער שול, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אין 1921 און פֿונקציאָנירט ביז 1940, קאָן מען געפֿינען אַ סך גאָר אינטערעסאַנטע אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס און באַלערנדיקע מאַטעריאַלן וועגן דער אַמאָליקער קולטור־מלחמה צווישן די ייִדישיסטן און העברעיִסטן, אַרײַנגערעכנט זכרונות פֿון די געוועזענע שול־תּלמידים. עס פֿילט זיך אַ בפֿירושע השפּעה פֿון זשיטלאָווסקיס גלות־נאַציאָנאַליזם און אַנדערע ייִדישיסטישע אידעאָלאָגיעס. צווישן די איבערגעזעצטע מאַטעריאַלן האָבן די רעדאַקטאָרן פֿון דער וועבזײַט אויסגעקליבן אַ קליינעם אַרטיקל פֿון ל. לערער, אַ ניו־יאָרקער ייִד, וועלכער האָט זיך אין 1931 שאַרף אַרויפֿגעוואָרפֿן אויפֿן „בלענדנדיקן פֿאַנאַטישן זעלבסטמערדערישן איווריטיזם‟ און האָט גערופֿן ייִדן צו רעדן דווקא אויף ייִדיש.
דאָס איז איינער פֿון די בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז אויפֿן רוסיש־רעדנדיקן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ווערט דער עולם ווידער פֿאַראינטערעסירט, אין אַ געוויסער מאָס, אין די געדאַנקען פֿון בונדיסטן און אַזעלכע אייגנאַרטיקע דענקער, ווי חיים זשיטלאָווסקי. זײַענדיק זיכער אַ לינקער ראַדיקאַל, האָט ער זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די קאָנקרעטע ראַמען פֿון אַזעלכע פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרמען, ווי סאָציאַליזם אָדער אַנאַרכיזם. דעם 20סטן אָקטאָבער איז אינעם מאָסקווער „ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ‟ פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון וולאַדימיר מעדעמס זכרונות, נישט לאַנג צוריק איבערגעזעצט אויף רוסיש. מעדעמס אייניקל, אָלגאַ באָריסאָוואַ, האָט דערציילט וועגן איר באַרימטן זיידן, איינער פֿון די הויפּט־אידעאָלאָגן פֿונעם בונד.
אין אַפּריל, איז אין פּעטערבורג אַרויס אַ ספּעציעלער נומער פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „דער עם־הספֿר אין דער וועלט פֿון ביכער‟, געווידמעט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון חיים זשיטלאָווסקי. אַלסכּנדר פֿרענקעל, אַ באַקאַנטער רוסלענדישער ייִדיש־טוער, האָט איבערזעצט פֿון ייִדיש אויסגעקליבענע קאַפּיטלעך פֿון זשיטלאָווסקיס זכרונות. אויף דער בלאָג־וועבזײַט Livejournal פֿירן צענדליקער ייִדישע יונגע־לײַט דיסקוסיעס וועגן דעם גלות־נאַציאָנאַליזם, בונד און ייִדישיזם. יעדע נײַע פּובליקאַציע אויף רוסיש אויף די דאָזיקע טעמעס רופֿט בײַ זיי אַרויס אַ גרויסן אינטערעס.
צוליב דעם איצטיקן עקאָנאָמישן און פּאָליטישן קריזיס אינעם לאַנד, הייבן די אָרטיקע ייִדן אָן זיך גריבלען אין פֿאַרשיידענע 100־יאָריקע לינקע אידעאָלאָגיעס. ס׳איז נאָך צו פֿרי פֿאָרויסצוזאָגן, אָבער מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז אינעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן לאַנד וועלן זיך ווידער ווײַזן — פֿאַרשטייט זיך, אויף אַ קלענערן פֿאַרנעם — פֿאַרשיידענע ראַדיקאַל־געשטימטע נעאָ־ייִדישיסטישע באַוועגונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.