צי דאַרפֿן נוקלעאַרע פֿיזיקער אַ ייִדיש־איבערזעצער?

Yiddish Translator For Nuclear Scientists?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 08, 2015, issue of November 27, 2015.

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער נאַציאָנאַלער נוקלעאַרער פֿאָרש־אינסטיטוט אין מאָסקווע, גאָר אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, געמאָלדן אויף דער אינטערנעץ אַן אַרבעט־פֿאָרלייג: אַן איבערזעצונג פֿון רוסיש אויף דער ייִדישער שפּראַך, און פֿאַרקערט, פֿאַר אַ נישקשהדיקן חודשלעכן געהאַלט. אַזוי קלינגט דער אַנאָנס בוכשטעבלעך אויף רוסיש. די ייִדישיסטן דאַרפֿן זיך אָבער נישט אײַלן. פֿונעם קאָנטעקסט איז קלאָר, אַז עס גייט דאָ אַ רייד וועגן העברעיִש. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אין דער הײַנטיקער צײַט וואָלט עמעצער געדאַרפֿט איבערזעצן אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין אַטאָם־פֿיזיק אויף ייִדיש.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז אויף ענגליש וואָלט אַזאַ פּלאָנטער נישט געשען. דער חילוק צווישן „ייִדיש‟ און „היברו‟ (העברעיִש) איז גאַנץ קלאָר.

אינעם סאָוועטישן פּעריאָד, איז אויף רוסיש געווען אָנגענומען זייער אַ קלאָרע טערמינאָלאָגיע: „די ייִדישע שפּראַך‟ האָט געמיינט ייִדיש, און לשון־קודש האָט געהייסן „אוראַלט־ייִדיש‟ — די שפּראַך פֿון ייִדן אין דער אוראַלטער תּנ״כישער תּקופֿה. נאָר צווישן די רוסישע ביבלישער פֿאָרשער אי דעמאָלט געווען פֿאַרשפּרייט דער ספּעציפֿישער מינהג אָנצורופֿן דווקא לשון־קודש „די ייִדישע שפּראַך‟, ווײַל אינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט איז קלאָר, אַז מע מיינט העברעיִש.

אין דער ביבלישער תּקופֿה איז עס טאַקע געווען די שפּראַך פֿון די ייִדן. צוליב דער זעלבער סיבה, איז אַזאַ וואָרט־באַנוץ אויך אָנגענומען אין דער פּראַוואָסלאַוונער קריסטלעכער ליטעראַטור. אין אַ טייל הײַנטצײַטיקע רוסישע אויסגאַבעס האָט זיך אָבער באַוויזן די מאָדע אָנצורופֿן דעם מאָדערנעם העברעיִש ווי „די ייִדישע שפּראַך‟. צוליב דעם, האָט זיך געשאַפֿן אַ פּלאָנטער, וועלכער האָט זיך דערקײַקלט אַזש ביזן חשובֿן אינסטיטוט פֿון נוקלעאַרע פֿאָרשונגען.

כּדי זיך צו ראַטעווען פֿונעם דאָזיקן פּלאָנטער, האָט זיך אין די רוסיש־רעדנדיקע קוואַרטאַלן פֿון בלוקלין פֿאַרשפּרייט דאָס ענגלישע וואָרט „כיברו‟. פֿאַר אַ געבוירענעם אין רוסלאַנד קלינגט דער אויסדרוק „רעדן אויף כיברו‟, מיטן רוסישן אַקצענט, אַ ביסל מאָדנע. ס׳איז מערקווירדיק, אַז ווען מע שרײַבן אַרײַן אינעם „גוגל‟ די פֿראַזע „די ייִדישע שפּראַך‟ אויף רוסיש, באַווײַזט זיך, קודם־כּל, די אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש; דערנאָך זעט מען אַ פֿאַרמעסט פֿון רעכט־ציוניסטישע וועבזײַטן מיט די פּראַוואָסלאַוונע. ד״ר מרדכי שעכטער האָט נאָך לאַנג צוריק באַמערקט, אַז די ייִדישע אידעאָלאָגן האָבן אין אַ גרויסער מאָס נאָכגעמאַכט די קריסטלעכע העברעיִסטן, דערפֿאַר איז אַזאַ אַסאָציאַציע נישט קיין גרויסער חידוש.

ווען מע שרײַבט אַרײַן די פֿראַזע מיטן זעלבן באַדײַט אינעם „גוגל‟ אויף ענגליש (Jewish language), באַקומט זיך גאָר אַן אַנדער רעזולטאַט. די פּאָליטיש־קאָרעקטע זוך־סיסטעם שיקט אָפּ צו אַן אַרטיקל אין דער „וויקיפּעדיע‟, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז בײַ ייִדן זענען געווען און נאָך אַלץ פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט לשון־קודש, ייִדיש, אַראַמיש, לאַדינאָ און נאָך אַ טוץ אַנדערע דיאַלעקטן און אייגענע לשונות. דערנאָך באַווײַזט זיך אַ לאַנגע רשימה פֿון וועבזײַטן, וועלטלעכע און פֿרומע, וווּ עס ווערט איבערגעחזרט די זעלבע ידיעה.

ס׳זעט אויס, אַז אָדער דער ענגלישער אָפּטייל פֿון דער זוך־סיסטעם מײַדט בֿכּיוון אויס דאָס מחלוקת אינעם דאָזיקן ענין, אָדער די נייטראַלע מאַטעריאַלן ציִען צו די גרעסטע צאָל לייענער. מיט דרײַ דורות צוריק, האָט די פֿראַזע „די ייִדישע שפּראַך‟ אויף ענגליש געמיינט, געוויינטלעך, דווקא ייִדיש.

ס׳איז טשיקאַווע, אַז ווען מע שרײַבט אַרײַן „השׂפה היהודית‟ („די ייִדישע שפּראַך‟) אויף העברעיִש, באַווײַזט זיך אויבן־אָן אַ „וויקיפּעדיע‟־אַרטיקל וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש. דערנאָך קומט אַ ריי ביכער און אַרטיקלען וועגן ייִדיש. עס באַקומט זיך, אַז דער העברעיִשער אָפּטייל פֿונעם „גוגל‟ קערעוועט אָפּ דעם אַלטן סיכסוך צווישן די ייִדישיסטן און העברעיִסטן אין גאָר אַן אַנדער, אומגעריכטער ריכטונג.

די טראַדיציאָנעלע רוסישע טערמינאָלאָגיע, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז גאַנץ שׂכלדיק. ייִדיש און לשון־קודש זענען ביידע אינטעגראַלע טיילן פֿון ייִדישקייט, אָבער געהערט צו פֿאַרשיידענע תּקופֿות און לעבנס־ספֿערעס. אַזוי צי אַזוי, איז טשיקאַווע און באַלערנדיק צו זען, ווי אַזוי די ייִדישע שפּראַכן־פּאָליטיק שפּילט זיך נאָך אַלץ אויס אויף דער אינטערנעץ.