אפֿשר איז שוין געקומען צו רייד וועגן דעם וווּנדערקינד פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע בשעתּו, דעם קדוש מאַטעס (מתּתיהו) מיזעס (אומגעקומען אין 1945 בײַ די דײַטשן), וואָס צו 23 יאָר האָט ער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט בײַ דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ אין דער פֿאַרטיידיקונג פֿון מאַמע־לשון. אָט דער רעפֿעראַט האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע, ווי מע שרײַבט אינעם „נײַעם לעקסיקאַָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור“: „דאָס איז געווען די ערשטע וויסנשאַפֿטלעכע אָפּהאַנדלונג… פֿון דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג אין דער נײַער צײַט“.
דאָ איז כּדאַי אַרויסצוהייבן מיזעסעס ענטפֿער די, וואָס האָבן דעמאָלט געטענהט, אַז ווי קומט צו ייִדן, אַ סעמיטיש פֿאָלק, אַ געמישטער דײַטשישער „זשאַרגאָן“? האָט מיזעס, קודם־כּל, אָנגעוויזן דערויף, אַז אַלע לשונות — ענגליש, אַוודאי און אַוודאי, אָבער אויך דײַטש און אַפֿילו לשון־קודש — זענען געמישטע. אַחוץ דעם, זענען דאָ אָן אַ שיעור פֿעלקער, וואָס רעדן נישט אויפֿן לשון פֿון זייער אָפּשטאַם (דעמאָלט האָט ער געניצט ס׳וואָרט „ראַסע“). ער האָט אויסגערעכנט די גערמאַנען־אָפּשטאַמיקע, וואָס רעדן ראָמאַניש (לאָמבאַרדן, אין צפֿון־איטאַליע), אָפּשטאַמיקע פֿון גערמאַנען און קעלטן, וואָס רעדן ראָמאַניש (פֿראַנצויזן), טערקן־אָפּשטאַמיקע, וואָס רעדן סלאַוויש (בולגאַרן) און אַנדערע.
אין תּוך אַרײַן איז די גאַנצע וועלט איין גרויסער שמעלצטאָפּ. לויט די נײַסטע גענעטישע פֿאָרשונגען שטאַמען טאַקע ייִדן, צום טייל, פֿונעם אַמאָליקן ארץ־ישׂראל, פֿון דעסטוועגן, אין אַ געוויסער מאָס האָבן זיי זיך אויך אויסגעמישט מיט די אַרומיקע פֿעלקער. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.
דאָ ווילן מיר אַרויסברענגען ווי „צעמישט“ ס׳זענען די אומות־העולם. נעמט, אַ שטייגער, די רוסן. קען געמאָלט זײַן אַ פֿאָלק, וואָס איז שטאָלצער מיט זײַן אָפּשטאַם, וואָס האַלט זיך פֿאַרן פֿירער פֿון די סלאַווישע פֿעלקער? אויב אַזוי, מוז דאָס וואָרט „רוס“ און „רוסלאַנד“ וואַקסן פֿון די עלטסטע סלאַווישע שיכטן, אַיאָ? ניין! ס׳איז אַ וואָרט, אַ פּנים, גאָר פֿון פֿיניש. אַ והא־ראַיה: די ערשטע רוסישע מלוכה האָבן געגרינדעט נישט די סלאַוון, נאָר שוועדן; דאָס פֿינישע וואָרט Ruotsi איז טײַטש נישט „רוסלאַנד“, נאָר דווקא „שוועדן“!
דער נאָמען „פּוילן“, רעכנט מען, נעמט זיך פֿונעם וואָרט pole (פֿעלד). נאָר די אונגערן, נישט גענוג וואָס זייער לשון איז אַנדערש פֿון אַלע זייערע שכנימס, נאָר די מאַפּע פֿון אייראָפּע איז בײַ זיי אויך היפּש אַנדערש. הייסט בײַ זיי דער פּאָליאַק גאָר Lengyel, אַ נאָמען, וואָס שטאַמט אפֿשר פֿון אַראַביש [!]; דאָס אַלטע וואָרט זייערס פֿאַר „סלאָוואַק“, Tót, איז, ווײַזט אויס, אַ מאָל געווען טײַטש „דײַטש“.
אַז ס׳קומט שוין צו רייד וועגן די דײַטשן — וויפֿל נעמען זיי האָבן! אַליין רופֿן זיי זיך דאָך Deutsch, וואָס שטאַמט פֿון אַן אַלט וואָרט פֿאַר „פֿאָלק“. דאָס וואָרט איז אויך אַרײַן פֿאַר צײַטנס צו די איטאַליענער, וואָס בײַ זיי הייסט דער דײַטש Tedesco. נאָר בשעת ווי דער Deutsch וווינט אין Deutschland, וווינט דער Tedesco גאָר אין Germania. אָט דאָס וואָרט, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך פֿאַראַן אין ענגליש, איז, אַ פּנים, אַרײַן דורך לאַטײַן פֿון אַ קעלטיש וואָרט־טײַטש „שכן“.
וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. אויף פֿראַנצייזיש הייסט דער דײַטש Allemand, און ער וווינט אין Allemagne — ענלעך איז אין שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש. אָט דאָס וואָרט נעמט זיך אויך פֿון לאַטײַן, און ס׳וואַקסט אפֿשר פֿון די דײַטשישע ווערטער, וואָס זענען טײַטש „אַלע מענער“.
בײַ די רוסן האָט מען אויך „געמישטע געפֿילן“: דער Nemets (דײַטש) וווינט אין Germaniya; בײַ די פּאָליאַקן וווינט דער Niemiec אין Niemcy. אַזוי אויך בײַ די שכנותדיקע פֿעלקער. אָט די ווערטער שטאַמען אפֿשר פֿונעם שורש, וואָס איז אויף פּויליש niemy (שטום) — הייסט עס, אויב דו רעדסט נישט אונדזער לשון, ביסטו געגליכן צון אַ שטומען. פֿונעם סלאַווישן וואַקסט ס׳אונגערישע Német; די וואָס געדענקען דעם אַ מאָל באַרימטן פֿוסבאָליסט Joe Namath, וועט נישט זײַן קיין חידוש, אַז אין דער אַלטער היים האָט זײַן זיידע נאָך געהייסן Német.
נישט נאָר אין אייראָפּע איז די מעשׂה אַזאַ: פּונקט ווי די רוימער האָבן אײַנגענומען האַלב אייראָפּע און אָנגעוואָרפֿן זייער לשון כּלערליי פֿעלקער, אַזוי האָבן אויך געטאָן די אַראַבער. פֿון דעסטוועגן, זענען פֿון די תּחילתדיקע פֿעלקער געבליבן שפּראַכיקע רעשטלעך: אַ היפּשע צאָל ערטערנעמען — אַ שטייגער, מצרים און איראַק — זענען געקומען פֿון „פֿרעמדע“, דאָס הייסט, די וואָס האָבן דאָרטן פֿריִער געוווינט, און האָבן דערנאָכדעם, אַזוי ווי די מענטשן, זיך אַסימילירט צו אַראַביש.
דער שפּיץ פֿון דער „צעמישטקייט“: אין די יאָרן פֿאַרן צעפֿאַל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע זענען דאָרטן געווען אַקטיוו צוויי פּאָליטיקער, איינער מיט דער פֿאַמיליע Czech, דער צווייטער Němec. נישט געקוקט אויפֿן טײַטש פֿון זייערע נעמען, איז דער ערשטער געווען דער פֿירער פֿון אַ דײַטש־שפּראַכיקער פּאַרטיי, דער צווייטער — פֿון אַ טשעכיש־שפּראַכיקער. אויב כ׳האָב נישט קיין טעות איז איינער, און אפֿשר ביידע, אויך געווען אַ ייִד…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.