אַנקעטע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע פּאָרלעך

Survey of Yiddish-Speaking Couples


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 10, 2015, issue of November 27, 2015.

אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געוועב‟ זענען די וואָך אָפּגעדרוקט געוואָרן די רעזולטאַטן פֿון אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿונעם זשורנאַל, וועגן דער ראָלע פֿון ייִדיש בײַ די ייִדישיסטן און זייערע איצטיקע אָדער אַמאָליקע ראָמאַנטישע פּאַרטנערס.

אינעם אַרײַנפֿיר דערקלערט סאַנדראַ (סאָסיע) פֿאַקס, אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, ווען מע האָט דעפֿינירט אַ ייִדישיסט ווי איינער, וואָס האַלט ייִדיש פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, זענען הײַנט דאָ אַנדערע דעפֿיניציעס, ווי, למשל, איינער (אַ סעקולערער אָדער רעליגיעזער ייִד, אָדער אַפֿילו אַ נישט־ייִד), וואָס באַמיט זיך אײַנצוגלידערן דאָס ייִדישע לשון אין זײַן טאָג־טעגלעכן לעבן, אָדער אַפֿילו איינער, וואָס האָט ליב און פֿאַרטיידיקט ייִדיש, אָבער רעדט נישט קיין וואָרט.

צווישן די 70 ייִדיש־רעדער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער אַנקעטע, זענען בלויז פֿיר געווען עלטער פֿון 41 יאָר. צום טייל, איז עס, ווײַל די לייענערשאַפֿט פֿון „אין געוועב‟ איז, בדרך־כּלל, אַ יונגע, און ווײַל מע האָט עס פֿאַרשפּרייט דורך „פֿייסבוק‟. פֿון דעסטוועגן, האָט פֿאַקס באַטאָנט, „איז עס אויך אַ סימן פֿון דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדיש בײַם ייִנגערן דור.‟

בלויז 23% פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין דער היים; 80% — אין אַ קלאַסצימער בײַ אַן אוניווערסיטעט אָדער זומער־פּראָגראַם ווי ייִוואָ, „ייִדישער ביכער־צענטער‟, „ייִדיש־פֿאַרם‟, „ווילנער ייִדיש־אינסטיטוט‟ אָדער די „נעמי פּראַווער קדר־פּראָגראַם‟ אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. 18.6% האָבן זיך געלערנט, כאָטש אַ טייל פֿון זייער ייִדיש־קענטעניש, בײַ זייער ראָמאַנטישן פּאַרטנער.

70% פֿון די פֿרויען אין דער אַנקעטע האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען ווייניקער פֿליסיק אין ייִדיש ווי זייערע מענער אָדער געליבטע, בעת בלויז 16% מענער האָבן געזאָגט, אַז זיי קענען שוואַכער ייִדיש ווי זייער פֿרוי אָדער געליבטע. 86% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז זיי וויכטיק צו רעדן ייִדיש מיט זייערע איצטיקע אָדער צוקונפֿטדיקע קינדער.

די אַנקעטע האָט אויך איבערגעגעבן פּערזענלעכע באַמערקונגען פֿון די באַטייליקטע. דרײַ מענער האָבן באַדויערט, וואָס ווען זיי רעדן ייִדיש מיט זייערע פּאַרטנערינס, ענטפֿערן יענע כּמעט תּמיד, אָדער אַ העלפֿט פֿון דער צײַט, אויף ענגליש.

ס׳רובֿ האָבן געזאָגט, אַז בעת זייערע אָנגעשפּאַנטע, עמאָציאָנעלע שמועסן מיטן פּאַרטנער, גייען זיי אַריבער אויף ענגליש, און אַ סך פֿון די וואָס האָבן נישט געקענט אַזוי גוט ייִדיש ווי זייער פּאַרטנער, האָבן געזאָגט, אַז זיי „קענען נישט זײַן אין גאַנצן היימיש אויף ייִדיש‟. איין פֿרוי האָט באַמערקט: „איך פֿיל אַ דרוק צו רעדן אַ ׳פּערפֿעקטן ייִדיש׳ פֿאַר אים, ווײַל אַ מיטלמעסיק ייִדיש־רעדן שפּילט אים אויף די נערוון… און דערפֿאַר רעד איך נישט אַזוי פֿרײַ ייִדיש מיט אים ווי, למשל, מיט אַ פֿרעמדן ייִדיש־רעדער אָדער מיט אַ גוטן פֿרײַנד‟.

דעם גאַנצן באַריכט פֿון דער אַנקעטע קענט איר געפֿינען דאָ: //ingeveb.org/blog/smitten-in-yiddish-taytsh-and-your-love-life