דער ייִדישער ליאַלקע־טעאַטער אין וואָראָניעזש

Yiddish Puppet Show in Voronezh

דער מאָסקווער ליאַלקע־טעאַטער„ריבאַ קיוואַ‟ שפּילט „דאָס ציגעלע זלאַטע‟ אין וואָראָניעזש
//www.marshakfest.com
דער מאָסקווער ליאַלקע־טעאַטער„ריבאַ קיוואַ‟ שפּילט „דאָס ציגעלע זלאַטע‟ אין וואָראָניעזש

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 10, 2015, issue of November 27, 2015.

דעם 7טן און 8טן נאָוועמבער איז אין דער רוסלענדישער שטאָט וואָראָניעזש פֿאָרגעקומען די פֿאָרשטעלונג „דאָס ציגעלע זלאַטע‟, ווי אַ טייל פֿונעם קינדער־פֿעסטיוואַל „מאַרשאַק‟, וועלכער איז אָנגעגאַנגען פֿון דעם 31סטן אָקטאָבער ביזן 8טן נאָוועמבער. די קינדער פֿונעם מאָסקווער אַנסאַמבל „ריבאַ קיוואַ‟ האָבן אויסגעשפּילט מיט ליאַלקעס סצענעס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל און געזונגען לידער אויף ייִדיש.

דער פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער שטאָט צום ערשטן מאָל און האָט צוגעצויגן בערך 15,000 צוקוקער. אַלע בינעס אין דער גרויסער שטאָט, וווּ עס וווינען איבער אַ מיליאָן תּושבֿים, זענען געווען באַשעפֿטיקט אין דער קולטור־פּראָגראַם. דעם מוזיקאַלישן מאַריאָנעטן־ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון יצחק באַשעוויסעס דערציילונגען און ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות האָט די יונגע מאָסקווער טרופּע געשפּילט פֿיר מאָל במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל.

אַלעקסאַנדראַ לוניאַקאָוואַס ייִדישער ליאַלקע־טעאַטער האָט פֿריִער געהייסן „ציגעלע‟. אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט דער קאָלעקטיוו צוגעטראַכט דעם טשיקאַוון נאָמען „ריבאַ קיוואַ‟ — אַ ווערטערשפּיל פֿון „רבי עקיבֿא‟ און דעם רוסישן וואָרט „ריבאַ‟, וואָס מיינט פֿיש. איינע פֿון די מעשׂיות, וואָס ווערט אויסגעשפּילט אינעם ספּעקטאַקל, האָט טאַקע צו טאָן מיט רבי עקיבֿא.

די חנעוודיקע פֿאָרשטעלונג „דאָס ציגעלע זלאַטע‟ ווערט באַגלייט מיט די לידער אויף ייִדיש און קלאַסישע ייִדישע לידער איבערגעזעצט אויף רוסיש, געזונגען דורכן טריִאָ „שלום־ליד‟ און פֿון דעם דועט „אויפֿן וועג‟. אַן אַנדער ספּעקטאַקל פֿונעם זעלבן טעאַטער, „ווען די באָבעס זענען געווען אייניקלעך‟, איז אויך געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון ייִדישע לידער און מעשׂיות.

לוינאַקאָוואַס קליינער קאַמער־טעאַטער איז איינע פֿון די איינציקע טעאַטער־טרופּעס אין רוסלאַנד, וואָס לייגן פֿאָר ספּעקטאַקלען, וואָס טויגן פֿאַר די קלענסטע קינדער, אָבער ווערן געשפּילט אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ, וואָס די דערוואַקסענע צוקוקער קאָנען אויך אָפּשאַצן.

געוויינטלעך, טרעט „ריבאַ קיוואַ‟ אויף פֿאַר קליינע גרופּעס — 20 אָדער אַפֿילו ווייניקער קינדער, ווײַל די סצענעס קומען פֿאָר אינמיטן אַ קליין ליאַלקע־הויז. דאָס מאָל, איז דער טעאַטער אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסן עולם, דערפֿאַר האָבן נישט אַלע צוקוקער געקאָנט אָפּשאַצן די מאַריאָנעטן־שפּיל; יעדער אינעם זאַל האָט אָבער געהאַט הנאָה פֿון די ייִדישע לידער און ניגונים, ווי אויך פֿון דער דערציילונג פֿון דער נאַראַטאָרין. אַ טייל קליינע רוסישע צוהערער האָבן פֿאַרגעדענקט די לידער אויף דער אומבאַקאַנטער מעלאָדישער שפּראַך און זענען אַרויס פֿונעם זאַל, אונטערזינגענדיק די אַלטע ייִדישע ניגונים.

די „רוסלענדישע צײַטונג‟, איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אויסגאַבעס אינעם לאַנד, האָט צוגעגעבן, אַז אַזאַ אונטערנעמונג איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַ פֿעסטיוואַל, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון סאַמויִל (שמואל) מאַרשאַק. הגם מאַרשאַק, אַ באַרימטער שרײַבער, אַ געבוירענער אין וואָראָניעזש, איז צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ פּאָפּולערער רוסישער קינדער־פּאָעט און איבערזעצער פֿון קלאַסישע פּאָעטישע ווערק אויף רוסיש פֿון ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער רבנישער משפּחה און האָט איבערגעזעצט אַ סך לידער פֿון ייִדיש.