מיט אַ חודש צוריק, האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט אַ חידושדיקן אַרטעפֿאַקט בעת די אויסגראָבונגען אויפֿן שטח פֿונעם פּראַוואָסלאַוונעם לאַוורישעווער מאָנאַסטיר — איינער פֿון די עלטסטע מאָנאַסטירן אין ווײַסרוסלאַנד, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער שטאָט נאָוואָהרודאָק, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי נאַוואַרדאָק אָדער נעוואַרדעק. אויפֿן אָרט, וווּ עס זענען אַמאָל געשטאַנען די ערשטע מאָנאַסטיר־בנינים, האָבן די פֿאָרשער אַנטדעקט אַ שטיינערנעם שטעמפּל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט מיט די ווערטער „יצחק־אײַזיק‟. דעם 1טן נאָוועמבער האָט מען דעם דאָזיקן אַרטעפֿאַקט אויסגעשטעלט אינעם הויף פֿונעם מאָנאַסטיר.
וווישעלק, דער זון פֿונעם גרויסן ליטווישן פֿירשט מינדאָווג, איז געוואָרן אַ מאָנאַך, אָנגענומען דעם נײַעם נאָמען לאַווריש אָדער לאַוורין, און האָט געגרינדעט דעם מאָנאַסטיר אַרום דעם יאָר 1250. אינעם יאָר 2007 האָט דער מאָנאַסטיר אָנגעהויבן אויספֿירן פֿון ס׳נײַ ווי די אָריגינעלע פֿונקציע; אין 2009 האָט מען דאָרטן אויפֿגעשטעלט אַ בראָנדזענע סטאַטוע לכּבֿוד דעם ערשטן מנהיג פֿונעם דאָזיקן קריסטלעכן רעליעגעזן צענטער — יעליסיי לאַוורישעווסקי, וועלכער ווערט באַטראַכט בײַ די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן ווי אַ הייליקער צדיק און בעל־מופֿת.
דעם 25סטן אָקטאָבער האָט די ווײַסרוסישע צײַטונ „נאַשאַ ניוואַ‟ איבערגעגעבן, אַז אַנאַ קאַלעטשיץ, אַ ספּעציאַליסטקע פֿאַר עפּיגראַפֿיע, האָט אײַנגעזען אינעם „מיסטעריעזן‟ שטעמפּל, כּלומרשט, אַ געמיש פֿון גריכישע און „אַלט־רוסישע‟ אותיות, וועלכן זי האָט אָפּגעטײַטש ווי „דער הייליקער מאָנאַסטיר‟. ווען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם שטעמפּל האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ, האָבן די ייִדישע לייענער באַלד באַמערקט, אַז אין דער אמתן שטייט אויפֿן אַרטעפֿאַקט געשריבן גאַנץ קלאָר אַ געוויינטלעכער ייִדישער נאָמען. די צײַטונג גיט איבער, אַז „אויב ס׳איז אמת‟, שטעלט דאָס געפֿינס מיט זיך פֿאָר אַ נײַע רעטעניש פֿאַר די היסטאָריקער.
קיין גרויסער חידוש איז דערין נישטאָ. ייִדן האָבן געוווינט אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד נאָך אינעם 8טן יאָרהונדערט. אינעם 13טן יאָרהונדערט האָט אַ ייִדישער סוחר געקאָנט פֿירן עסקים אינעם ראַיאָן; צוליב אַ געוויסער סיבה, איז זײַן סוחרישער שטעמפּל געבליבן אינעם מאָנאַסטיר. מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן פֿאַרשיידענע סצענאַרן, ווי אַזוי אַזאַ ייִדישער חפֿץ האָט זיך באַוויזן אין אַ קריסטלעך אָרט, ווײַל די ייִדן און קריסטן האָבן דורות־לאַנג געוווינט אין ווײַסרוסלאַנד בשכנות.
ס׳איז אָבער יאָ אינטערעסאַנט, אַז די נאָמען־פֿאָרעם „אײַזיק‟ איז שוין געווען באַקאַנט אין יענער תּקופֿה. אינעם יאָר 1290 האָט דער ענגלישער קיניג עדוואַרד דער ערשטער פֿאַרטריבן אַלע ייִדן פֿון זײַן לאַנד. עס קאָן זײַן, אַז אַ טייל פֿון זיי האָט זיך דערקליבן ביז ווײַסרוסלאַנד. אויף ענגליש האָט מען אָבער אין יענער תּקופֿה נאָך נישט אַרויסגערעדט דעם נאָמען פֿונעם תּנ״כישן העלד יצחק אויף אַזאַ אופֿן. דער „חיריק‟ האָט זיך צו ביסלעך געביטן אויף אַ דיפֿטאָנג בערך צום יאָר 1500.
צי האָבן די ווײַסרוסישע ייִדן דעמאָלט גערעדט אויף ייִדיש, אָדער אויף אַ סלאַווישן דיאַלעקט? אײַזיק־יצחק איז אַ טיפּישער אַשכּנזישער נאָמען. דער ייִדיש־רעדנדיקער סוחר מיט אַזאַ נאָמען וואָלט אָבער געקאָנט אָנקומען פֿון פּוילן צי נאָך ווײַטערע מקומות.
אַ סך קשיות אין דער ייִדישער אָנאָמאַסטיק בלײַבן אַ רעטעניש. אינעם 5טן יאָרהונדערט האָט עמעצער איבערגעלאָזט אויף אַ שטיין דעם גערמאַנישן נאָמען „הריפידל‟ (האַרפֿידעל), פֿאַרשריבן מיט די ייִדישע אותיות, אויפֿן האַלב־אינדזל קרים. מע איז זיך אָבער משער, אַז דער טרעגער פֿונעם דאָזיקן נאָמען האָט גערעדט אויף גאָר אַן אַנדער שפּראַך — גאָטיש. פֿונדעסטוועגן, קאָן זײַן, אַז די אַנדערע עדות, אַרײַנגערעכנט די אוראַלטע גאָטיש־רעדער, האָבן איבערגעלאָזט געוויסע שפּורן אינעם הײַנטיקן ייִדישן נאָמען־אוצר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.