אויף דעם ניו־יאָרקער „פֿאַראייניקטן טעאַטראַלישן סאָלאָ־פֿעסטיוואַל‟, אָנהייבנדיק פֿונעם 15טן נאָוועמבער, וועט די אַמעריקאַנער קינאָ־אַקטריסע און זינגערין קייט פֿאָלגי אויפֿטרעטן אין אַ מוזיקאַלישער פּיעסע, באַגלייט מיט מוזיק און באַגרינדעט אויף גאַנץ פּראַגמאַטישע זכרונות, וואָס אַ ייִדישע אימיגראַנטקע פֿון רוסלאַנד, רחל־ביילע קאַן, האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש.
די מחברטע פֿון די זכרונות איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1876. זײַענדיק אַ 18־יאָריק מיידל, איז זי געפֿאָרן קיין אַמעריקע, כּדי חתונה צו האָבן מיט איר חתן, אַבֿרהם קאַלאָף, וועלכן זי האָט דעמאָלט געזען בלויז אויף פֿאָטאָגראַפֿיעס. לויטן פֿאַרשפּרייטן שטייגער פֿון יענער תּקופֿה, האָט מען זי משדך געווען מיט איר באַשערטן איבערן אָקעאַן.
דער פּלאַנירטער זיווג האָט טאַקע עולה־יפֿה געווען, און דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין איר מאַנס פֿאַרם־הויז אין דעווילס־לייק, שטאַט צפֿון־דאַקאָטע, וווּ זיי האָבן זיך פֿאַרנומען מיט לאַנדווירטשאַפֿט און געפֿירט דאָס שווערע לעבן פֿון די ערשטע פּיאָנירן אינעם ראַיאָן. אינעם יאָר 1995 זענען רחל קאַלאָפֿס זכרונות אַרויס אויף ענגליש. הגם לכתּחילה איז דאָס בוך פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן ווי אַן אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿאַר די היסטאָריקער, האָט עס זייער אויסגענומען בײַם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער לייענער, ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונג וועגן אַן אימיגראַנטיש לעבן. אירע זכרונות האָט קאַלאָף אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן.
די פֿאָרשערין קריסטין פּלג האָט באַמערקט, אַז אין דער איבערגעזעצטער ווערסיע איז אַרײַן בלויז אַ רעלאַטיוו קליינער טייל פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל; אַזוי צי אַזוי, שטעלן די זכרונות מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע מעשׂה וועגן אַ ייִדישער פֿאַרמערין. הגם ס׳רובֿ ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך קאָנצענטרירט אין די גרויסע שטעט, האָט דער דײַטשיש־ייִדישער באַראָן מאָריס דע־הירש געשאַפֿן אַ ריי ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דרום־ און צפֿון־אַמעריקע. צום בעסטן זענען באַקאַנט די ייִדישע פֿאַרמערײַ־ייִשובֿים אין אַרגענטינע, אָבער אַ צאָל ייִדישע פֿאַרמער האָבן זיך אויך באַזעצט אין צפֿון־דאַקאָטע.
די נײַע פּיעסע „רחל קאַלאָף‟ איז געשאַפֿן געוואָרן דורך פֿיר אַקטיאָרן: קען לאַזעבניק, לעסלי שטיינווײַס, עלען פּרעסמאַן און קייט פֿאָגלי. סטען קאַלאָף, אַן אייניקל פֿון דער פֿאַרמערין, האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיט „האָפֿינגטאָן־פּאָסט‟, אַז ער האָט הויך אָפּגעשאַצט דעם ספּעקטאַקל. דאָס שווערע לעבן אין די פּרעריעס ווערט אין אַמעריקע אַסאָציִיִרט מיט די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע משפּחות. אַ מעשׂה וועגן אַ ייִדישער פּרעריע־פֿרוי, וועלכע האָט איבערגעלאָזט 9 אייניקלעך, וואָס לעבן נאָך אַלץ, און 24 אוראייניקלעך, קלינגט פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם ווי אַ פֿאַרכאַפּנדיקער חידוש. אַזוי צי אַזוי, מוז די קינסטלערישע באַאַרבעטונג פֿון אַזאַ לעבנס־מעשׂה טאַקע זײַן אינטערעסאַנט און באַלערנדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.