פֿאַראַיאָרן, אינמיטן אָקטאָבער, איז אין דער הױפּטשטאָט פֿון קראָאַטיע פֿאָרגעקומען די ערשטע זיצונג פֿונעם „זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז‟. װעגן אָט דעם נײַעם קלוב פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, געגרינדעט און אָנגעפֿירט פֿון ד״ר גאַבי אַבראַמאַץ, האָט דער „פֿאָרװערטס‟ שױן געהאַט דערצײלט. איצטער איז די צײַט אונטערציִען, אױפֿן סמך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע, װאָס גאַבי האָט מיר דירעקט איבערגעגעבן, און די ידיעות, װאָס איך האָב געלײענט אױף אירע קראָאַטיש־ און ענגליש־שפּראַכיקע װעבזײַטן, עפּעס אַ סך־הכּל פֿון די קלוב־טעטיקײטן אין פֿאַרלױף פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
יעדע װאָך, במשך פֿון עטלעכע חדשים, האָט מען דורכגעפֿירט אינעם קלוב ייִדיש־לימודים פֿאַר די סטודענטן־אָנפֿאַנגער. חוץ דעם, אומגעפֿער יעדע דרײַ װאָכן, איז גאַבי אַבראַמאַץ אױפֿגעטראָטן מיט לעקציעס װעגן די ענינים פֿון ייִדישער לינגװיסטיק, געשיכטע און קולטור. אײניקע פֿון זײ (אױב ניט אַלע) זײַנען טעמאַטיש פֿאַרבונדן געװען מיט אירע אַרטיקלען, פֿאַרעפֿנטלעכט אױף אירע אײגענע װעבזײַטן, װי אױך אין אַנדערע אינטערנעץ־אױסגאַבעס („ייִדיש און זײַן געשיכטע‟, „די ייִדישע געמײנדעס אין ניו־יאָרק‟, „װילנע — ירושלים ד’ליטא‟, „ביראָבידזשאַן — די ייִדישע אױטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד‟, און אַנדערע). אַזעלכע אַרטיקלען העלפֿן צו פֿאַרשפּרײטן די װיסנשאַפֿטלעכע קענטעניש װעגן דער געשיכטע און קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין די לענדער פֿון געװעזענער יוגאָסלאַװיע און איבער דער גאָרער װעלט. אין יאַנואַר 2015, האָט ד״ר יוליִיאַ קאָש פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן קלוב־עולם איר רעפֿעראַט מכּוח די מאָטיװן פֿון ייִדישע טראַדיציעס אין שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם נאָבעל־לאַורעאַט אין דער יידישער ליטעראַטור, יצחק באַשעװיס־זינגער, װעלכער האָט די אַלע װערק זײַנע געשאַפֿן בלױז אױף „מאַמע־לשון‟.
בשעת איר װיסנשאַפֿטלעכער פֿאָרש־אַרבעט אין די אָרטאָדאָקסישע ייִדישע קהילות אין ניו־יאָרק, האָט גאַבי אַבראַמאַץ זיך פֿאַראינטערעסירט אױך מיט די עטנאָמוזיקאָלאָגיע־ענינים, און האָט געמאַכט דאָרטן אַ היפּש ביסל רעקאָרדירונגען פֿון טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. זי האָט שױן אָרגאַניזירט אין זאַגרעב דרײַ קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק. אײנער פֿון זײ איז פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר2015 מיט דער באַטײליקונג פֿון אסתּר װראַטשקאָ, די פֿאַגאָט־ און פּיאַנע־שפּילערין און זינגערין פֿון װין. אַגבֿ, אײנעם אַן אױפֿטריט אירן איז מיר אױסגעקומען צו זען און הערן דאָ אין ניו־יאָרק, בעת אַ „ייִװאָ‟־אונטערנעמונג אין יולי 2014. נאָכן קאָנצערט אינעם בנין פֿון דער זאַגרעבער „בית־ישׂראל‟־קהילה, האָבן אסתּר און גאַבי דורכגעפֿירט פֿאַרן קלוב־עולם אַ ניגונים־װאַרשטאַט. אױף די דאָזיקע װעבזײַט־װידעאָס, קען מען אױך זען װי אַ גרופּע אָרטיקע קינדער פֿירן אױס דאָס זינגליד „בולבעס‟ אױף ייִדיש בײַ די רעפּעטיציעס, אָרגאַניזירט פֿון גאַבי אַבראַמאַץ:
אין די ראַמען פֿון קלוב־טעטיקײטן, האָט גאַבי דורכגעפֿירט עטלעכע זיצונגען פֿון אַ לײענקרײַז, װאָס האָט געאַרבעט אױף אַזאַ אופֿן: נאָכן דורכלײענען פֿון פֿריִער אַ װערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור, איבערגעזעצט אױף קראָאַטיש אָדער ענגליש, פֿלעגט מען זיך צונױפֿקומען, כּדי צו טײלן זיך מיט די אײַנדרוקן פֿונעם געלײענטן מאַטעריאַל, אַרומצורעדן זײַנע הױפּט־מאָטיװן, צו באַקענען זיך מיטן מחברס לעבן און שאַפֿן. בעת דער קרײַז־זיצונג אין חודש מײַ, צום בײַשפּיל, האָט מען גערעדט װעגן צװײ מעשׂיות פֿון יצחק באַשעװיס זינגער: „די געשיכטע פֿון מזל און שלימזל‟ („די מילך פֿון אַ לײביכע‟) און „פֿאַרװאָס האָבן זײ אָפּגעלאָזט דעם שידוך‟ פֿון דער זאַמלונג „אין מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟.
סוף אָקטאָבער הײַיאָר, איז אינעם קלוב פֿאָרגעקומען דער ערשטער, נאָך די זומער־װאַקאַציעס, װאַרשטאַט, געװידמעט דעם ייִדישן אלף־בית. אַזעלכע װאַרשטאַטן װעט מען דורכפֿירן פֿאַר די סטודענטן, װעלכע װילן זיך אױסלערנען צו לײענען און שרײַבן נאָך פֿאַר די נײַע שפּראַך־לימודים גופֿא; זיי װעלן זיך אָנהײבן אין יאַנואַר 2016.
װאָס שײַך די אױסזיכטן פֿאַר דער צוקונפֿט, פּלאַנירט גאַבי צו אָרגאַניזירן אין יוני־יולי 2016 אַ צװײ־װאָכיקע זומער־שול פֿון ייִדיש אין דער קראָאַטישער שטאָט דובראָװניק, מיט אַ רײַכער קולטור־פּראָגראַם, עקסקורסיעס וכדומה. נאָך אַנדערע פּאָטענציעלע „קאַנדידאַטן‟ פֿאַרן שול־אָרט זײַנען די שטאָט ספּליט און אַפֿילו דער מאָלערישער אינדזל כװאַר אינעם אַדריאַטישן ים. ווי אַ לערער פֿאַר אָט די קורסן פֿון „מאַמע־לשון‟ קלײַבט זיך גאַבי פֿאַרבעטן די װעלט־באַקאַנטע ייִדישיסטן. אַגבֿ, וועגן זײער פֿאַרלאַנג אָנטײלצונעמען אינעם דאָזיקן פּראָיעקט האָבן שױן באַשטעטיקט די פֿאָרשטײער פֿונעם ”פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם־ביבליִאָטעק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.