דעם 12טן אָקטאָבער האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, צוגעזאָגט צו אַנטוויקלען די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע קהילות אין ישׂראל בעת זײַן רעדע אויף דער יערלעכער גענעראַלער אַסאַמבלעע פֿון צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישע פֿעדעראַציעס. נתניהו האָט געמאָלדן, אַז צום ערשטן מאָל וועט זײַן רעגירונג און די „סוכנות‟ אַרײַנלייגן געלט אין די נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיעזע באַוועגונגען, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלע סאָרטן ייִדן זאָלן זיך פֿילן באַקוועם אינעם לאַנד.
לעצטנס, איז דער כּותל־המערבֿי געוואָרן אַ קוואַל פֿון סיכסוכים צווישן די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּעס און דער ישׂראלדיקער רעגירונג, בפֿרט אין שײַכות מיט די אָרגאַניזירטע אייגענע תּפֿילות פֿון פֿרויען. אין דער איצטיקער רעדע, האָט דער פּרעמיער באַטאָנט, אַז דאָס דאָזיקע אָרט דאַרף פֿאַראייניקן דאָס פֿאָלק און נישט דינען ווי אַ צענטער פֿון מחלוקת.
בײַ די פֿרומע ישׂראלדיקע פּאָליטיקער האָט נתניהוס אויפֿטריט אַרויסגערופֿן אַ הויכן סקאַנדאַל. יעקבֿ ליצמאַן, דער מיניסטער פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַרטיי „יהדות התּורה‟, האָט געטענהט, אַז נתניהו האָט באַליידיקט מיט זײַנע ווערטער דעם אָרטאָדאָקסישן עולם און צעשאָקלט זײַן קאָאַליציע, און אַז די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע ייִדן „צערײַסן‟ דאָס ייִדישע פֿאָלק. משה גפֿני, אַ חבֿר־כּנסת פֿון דער זעלבער פּאַרטיי, האָט צוגעגעבן, אַז די רעפֿאָרמער באַוועגונג „שטעכט אַרײַן אַ מעסער אין דער ייִדישער תּורה‟. יואבֿ בן־צור, אַ דעפּוטאַט פֿונעם פֿרומען ספֿרדישן „ש״ס‟, האָט געוואָרנט, אַז זײַן באַוועגונג וועט נישט גיין אויף קיין פּשרות מיט די רעפֿאָרמיסטן.
די נישט־אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען, פֿון זייער צד, זענען אומצופֿרידן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג באַציט זיך צו זיי ווי צו אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן יוצא־דופֿן. דער מיניסטער פֿון רעליגיעזע ענינים, דוד אַזולאַי, האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק געמאָלדן, אַז די רעפֿאָרמיסטן זענען נישט קיין ייִדן בכלל. דער ראַבינער גלעד קריבֿ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין ישׂראל, האָט באַדאַנקט נתניהו פֿאַר זײַנע ווערטער און באַמערקט, אַז די דיסרימינאַציע קעגן זײַן שיטה קומט אין סתּירה מיטן דערקלערטן דעמאָקראַטישן כאַראַקטער פֿונעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.