אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געוועב‟ די וואָך, האָט סאָניע גאָלאַנץ, אַ דאָקטאָראַנט פֿון ייִדיש־שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילוועניע, דערקלערט, אַז די שפּראַך, אין וועלכער מע פֿירט דורך די רעפֿעראַטן און פּאַנעלן אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש־שטודיעס, געווענדט זיך אָפֿט אינעם אָרט, וווּ די קאָנפֿערענץ קומט פֿאָר.
אויף די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, למשל, ווערן ס׳רובֿ פֿון די סעסיעס געפֿירט אויף ענגליש, בעת דער יערלעכער סימפּאָזיום פֿאַר ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד ווערט געפֿירט אויף ייִדיש און דײַטש.
בעת אַ קאָנפֿערענץ דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, „די ייִדיש־קולטור אין דער אַמאָליקער און הײַנטיקער פֿאָרשונג‟, האָט די הויפּט־רעדנערין חנה ווירט־נשר, פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, טאַקע דערמאָנט דעם פֿאַקט, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג קומט מער נישט פֿאָר אויף ייִדיש, ווי אַמאָל. מאַרק קאַפּלאַן, פֿונעם „צענטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע‟, האָט דערקלערט ווי אַזוי די אַקאַדעמישע ייִדיש־פֿאָרשונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אויף ייִדיש אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט, איז אַריבער אויף ענגליש. לויט קאַפּלאַן איז 1973 געווען דער איבערגאַנג־פּונקט: אינעם זעלבן יאָר, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן געוואָרן מאַקס ווײַנרײַכס וויכטיקע „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ אויף ייִדיש, האָט זיך אויך אָנגעהויבן אַ נײַע תּקופֿה פֿון ליטעראַטור־קריטיק אויף ענגליש, דורך דער פּובליקאַציע פֿון דן מירונס בוך, A Traveler Disguised [אַ פֿאַרשטעלטער רײַזנדיקער].
בעת יענער קאָנפֿערענץ, האָט מיכאַיִל קרוטיקאָוו, פֿונעם מישיגינער אוניווערסיטעט, באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון קענען פּויליש, דײַטש און רוסיש בײַ דער ייִדיש־פֿאָרשונג, טענהנדיק, אַז יעדע פֿון די שפּראַכן האָט אירע אייגענע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מיט בפֿירושע נאַציאָנאַלע אידעעס, וואָס איז וויכטיק אַרײַנצוגלידערן אין דעם געביט. קרוטיקאָוו האָט באַמערקט, אַז ס׳איז נאָך צו פֿרי זיך צו פֿאַרלאָזן אויף די איבערזעצונגען אויף העברעיִש, ווײַל די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט באַטראַכט ייִדיש נאָך אַלץ ווי אַ „טײַערע זאַך‟, וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, און ווײַל זי זעט נישט קיין סכּנה אין דעם פֿאַקט.
אַבֿרהם נאָווערשטערן האָט אָבער געשילדערט העברעיִש ווי אַ רײַפֿע פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשונג, ווײַל דער העברעיִש־לייענער, האָט ער געטענהט, איז, בדרך־כּלל, אַ סך בעסער אינפֿאָרמירט וועגן דער ייִדישער (סײַ Yiddish, סײַ Jewish) קולטור ווי דער ענגליש־לייענער. גאָלאַנץ באַמערקט, אַז זי פֿאַרשטייט זײַן קוקווינקל, אָבער אַ סך אַקאַדעמיקער פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור וואַרטן פֿאָרט אויף אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון נאָווערשטערנס נײַ בוך וועגן דער ייִדיש־ליטעראַטור אין אַמעריקע //ingeveb.org/articles/review-here-dwells-the-jewish-people.
גאָלאַנץ האָט אויך באַמערקט, אַז בעת דער קאָנפֿערענץ, האָבן אַ טייל אַקאַדעמיקער טאַקע גערעדט אויף ייִדיש, אַפֿילו בײַ די וואָס ייִדיש איז נישט זייער מאַמע־לשון. אויף אַ געוויסן ייִדיש־פּאַנעל, האָט נאָווערשטערן געמאַכט זײַן אַרײַנפֿיר און זײַנע סוף־באַמערקונגען אויף ייִדיש, און חווה טורניאַנסקי (פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט) איז אַליין אַריבער אויף ייִדיש בעת אַ טייל פֿון איר רעדע.
צו לייענען דעם גאַנצן אַרטיקל, זעט: //ingeveb.org/blog/what-is-the-language-of-contemporary-yiddish-scholarship-yiddish-culture-in-past-and-present-scholarship-may-27-28-2015-the-hebrew-university-of-jerusalem
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.