שוין 23 יאָר אַרבעט אין ניו־יאָרק דער בוכאַריש־ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאָרש־צענטער „ראָשנאָיִ‟, וואָס אויף דער שפּראַך פֿון בוכאַרישע ייִדן מיינט „דער לײַכטער‟. דער צענטער איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1992 און פֿאַראייניקט איצט איבער 500 מיטגלידער, אַרײַנגערעכנט 100 וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשער.
יוסף קאַלאָנטאַראָוו, דער אויספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז בעת דער לעצטער פֿאַרזאַמלונג פֿונעם צענטער, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 1טן נאָוועמבער, האָט דער פּרעזידענט, ראָבערט פּינחסאָוו, דערציילט וועגן דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ „בוכאַרישע ייִדן אינעם 21סטן יאָרהונדערט‟, וועלכע מע פּלאַנירן דורכצופֿירן אין ווין, אין אויגוסט 2016. ד״ר אַמנון קימיאַגאַראָוו איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן די טראַדיציאָנעלע מאכלים פֿון בוכאַרישע ייִדן. מע האָט רעפּרעזענטירט אַ בוך לכּבֿוד דעם 200סטן יאָרטאָג זינטן געבוירן־טאָג פֿון משה קאַלאָנטאַר (1815—1878) — דער אַמאָליקער מנהיג פֿון דער ייִדישער קהילה אין סאַמאַרקאַנד. דעם 29סטן מאַרץ האָט דער צענטער דורכגעפֿירט אַ ספּעציעלע קאָנפֿערענץ אין אָנדענק פֿונעם דאָזיקן וויכטיקן טוער.
אויף דער פֿאַרזאַמלונג האָט מען אויך פֿאָרגעשטעלט 5 נײַע ביכער וועגן די בוכאַרישע ייִדן פֿון סאַמאַרקאַנד, בוכאַראַ, טאַשקענט און דעם פֿערגאַנער טאָל אין אוזבעקיסטאַן. דער קאָמפּאָזיטאָר אפֿרים גבֿריאלאָוו, דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־בוכאַרישן טעאַטער „ווידערגעבורט‟ אין קווינס, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ בוך וועגן זײַן לעבנס־וועג ווי אַ מוזיקער. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס וויכטיקסטע נײַע ווערק איז די לידער־זאַמלונג פֿונעם פּאָעט ישׂשכר גבֿריאלאָוו, וועלכער שרײַבט אויף דער בוכאַריש־ייִדישער שפּראַך.
בסך־הכּל, האָבן די מיטגלידער פֿונעם צענטער אַרויסגעגעבן מער ווי 200 ביכער, אַרײַנגערעכנט די פֿיר־בענדיקע ענציקלאָפּעדיע „די געשיכטע פֿון בוכאַרישע ייִדן‟. אַחוץ די פֿאָרשונגען, שטרעבט די אָרגאַניזאַציע צו באַקענען דעם יונגן דור מיט דער ייִדיש־בוכאַרישער שפּראַך און קולטור, און צו אַנטוויקלען זי ווײַטער. די אָרגאַניזאַציע פֿירט כּסדר דורך לעקציעס, סעמינאַרן, אויסשטעלונגען און פֿעסטיוואַלן.
די בוכאַריש־ייִדישע שפּראַך איז אַן אייגנאַרטיקער דיאַלעקט פֿון פּערסיש, וואָס שיידט זיך אונטער מיט געוויסע ספּעציפֿישע ווערטער, אויסדרוקן און קאָנסטרוקציעס. אין די ערשטער יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע, האָט זיך אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געעפֿנט אַ מלוכישע נעץ שולן און קולטור־אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן עקזיסטירט ביז 1940. הגם די סאָוועטישע מאַכט האָט צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע אָנערקענט די ריידעניש פֿון די בוכאַרישע ייִדן ווי אַ באַזונדער לשון, האָט זי שפּעטער אויך גורם געווען אַן אינטענסיווע אַסימילאַציע. ס׳רובֿ הײַנטיקע גוטע קענער פֿון דער שפּראַך זענען מיטל־יאָריקע און עלטערע לײַט.
צווישן בערך 110,000 מענטשן, וואָס זענען באַקאַנט מיט ייִדיש־בוכאַריש, טרעפֿן זיך נישט ווייניק יונגע אַקטיוויסטן, וואָס זענען ממשיך די שפּראַך־טראַדיציע פֿון זייערע אָבֿות. אין פֿאַרגלײַך מיטן טראַדיציאָנעלן שטייגער צו באַנוצן זיך מיטן ייִדישן אַלף־בית און דעם סאָוועטישן סטאַנדאַרט, באַגרינדעט אויף די רוסישע בוכשטאַבן, איז צווישן די בוכאַרישע ייִדן אין קווינס אָנגענומען אַ ספּעציעלע מאָדיפֿיקאַציע פֿונעם לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט, צוגעטראַכט דורכן לינגוויסט און שרײַבער יעקבֿ קאַלאָנטאַראָוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.