די „שואה־פֿונדאַציע‟ בײַם דרום־קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט, וואָס מע האָט געגרינדעט אויפֿן געלט, וואָס דער באַרימטער פֿילם־רעזשיסאָר סטיווען שפּילבערג האָט באַקומען פֿאַר זײַן פֿילם „שינדלערס ליסטע‟, האָט געזאַמלט צענדליקער טויזנטער אינטערוויוען מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועגן זײערע איבערלעבענישן בשעתן חורבן. כאָטש אַלע אָנערקענען די וויכטיקייט פֿונעם פֿילם־אַרכיוו ווי אַן אוניקאַלער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלע אַספּעקטן פֿונעם חורבן, האָבן געוויסע פֿאָרשער טענות צו דער „שואה־פֿונדאַציע‟, מחמת זייערע אינטערוויוען פֿאָקוסירן זיך צום מערסטנס אויף דעם, וואָס ס׳איז געשען במשך פֿונעם חורבן און ניט וועגן דעם ייִדישן לעבן, וואָס איז חרובֿ געוואָרן צוליב דער מלחמה.
ניט געקוקט אויף אַזעלכע טענות צו דער פֿונדאַציע, האָבן די עדות־זאָגער יאָ גערעדט וועגן דעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן אין זייערע אינטערוויוען, און די אויספֿרעגער האָבן זיי דווקא ניט אָפּגעשטעלט. כאָטש אַזעלכע מאָמענטן זענען ניט געווען דער הויפּט־פֿאָקוס פֿון די אינטערוויוען, קען מען פֿון זיי אַ סך זיך אויסלערנען.
ד״ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער פֿון „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט וועט באַלד האַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם „ייִוואָ‟ וועגן די עדות־זאָגער אין אַזעלכע אינטערוויוען, וואָס האָבן געוואָלט עפּעס פֿאָרצולייענען אָדער זינגען אויף ייִדיש. דער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „און איצט דאַרף איך לייענען עפּעס אויף ייִדיש‟, וועט זײַן דער הײַיאָריקער רעפֿעראַט לזכר דעם אָנדענק פֿון נעמי פּראַווער־כּדר. אינעם רעפֿעראַט וועט ד״ר שאַנדלער דערקלערן, פֿאַר וואָס די עדות־זאָגער אין די אינטערוויוען האָבן באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן זייער שאַפֿערישקייט אויף ייִדיש אין מיטן פֿון שילדערן די מאַסן־פֿאַרניכטונג.
דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק דעם 19טן נאָוועמבער און זיך אָנהייבן 7 אַזייגער אין אָוונט. פֿאַרן רעפֿעראַט וועט די „פֿונדאַציע א׳׳נ פֿון נעמי פּראַווער־כּדר‟ ספּאָנסירן אַ קבלת־פּנים, וואָס וועט זיך אָנהייבן 5:30 נאָכמיטאָג. די פּראָגראַם איז בחינם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.