דעם 22סטן נאָוועמבער וועט אין דער ביבליאָטעק פֿון דער פּעטערבורגער צענטראַלער כאָר־שיל פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿונעם ייִדישן פּאָעט און איבערזעצער ישׂראל נעקראַסאָוו, וועלכער וועט דערציילן וועגן זײַן נײַ ווערק: די קינסטלערישע רוסישע איבערזעצונג פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס פּראָזע. נעקראַסאָוו וועט דערציילן וועגן זײַן אוניקאַלער דערפֿאַרונג ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער פֿון ייִדיש.
דער ייִדיש־אַקטיוויסט וואַלערי דימשיץ, אַ לערער פֿונעם צענטער „פּעטערבורגער יודאַיִקאַ‟, האַלט, אַז נעקראַסאָוו איז דער בעסטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אין רוסלאַנד. זײַענדיק אַליין אַ באַגאַבטער ייִדישער פּאָעט, האָט נעקראַסאָוו אַן אוניקאַלן איבערזעצערישן חוש.
הגם די געשעענישן אין סוצקעווערס ווערק, וואָס קומען פֿאָר אין דער אמתער אָדער אויסגעחלומטער מיזרח־אייראָפּע, לאָזן זיך נאַטירלעך איבערדערציילט ווערן אויף רוסיש, מוז דער איבערזעצער לייזן אַ ריי פּראָבלעמען, כּדי אָפּצוהיטן דעם ייִדישן גײַסט פֿונעם אָריגינאַל. אין זײַן לעקציע, וועט נעקראַסאָוו דערציילן וועגן די ספּעציפֿישע שוועריקייטן, מיט וועלכע ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן בעת זײַן אַרבעט איבערן בוך.
הגם סוצקעווער איז מער באַקאַנט ווי אַ גרויסער דיכטער, זענען זײַנע פּראָזאַיִשע ווערק אויך גאָר אינטערעסאַנט; אַ טייל פֿון זיי שטעלן מיט זיך פֿאַקטיש פֿאָר אַ פֿרײַע פֿאָרעם פֿון פּאָעזיע. אינעם יאָר 1978 איז אויף רוסיש אַרויס זײַן בוך „גרינער אַקוואַריום‟, איבערגעזעצט דורך יוסף גלאָזמאַן, צוזאַמען מיטן צווייטן טייל פֿונעם זעלבן ציקל דערציילונגען, „משיחס טאָגבוך‟. נעקראַסאָוו האָט פֿון ס׳נײַ איבערגעזעצט די דאָזיקע ווערק און צוגעגעבן אַלע אַנדערע באַקאַנטע פּראָזאַיִשע ווערק פֿון סוצקעווער. אויפֿן סמך פֿון סוקצעווערס אַ בוך, טראָגט די נײַע רוסישע זאַמלונג דעם נאָמען „דאָרטן, וווּ עס נעכטיקן די שטערן‟.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער ישׂראלדיקער אויסגאַבע פֿון 1978, איז אין דער נײַער איבערזעצונג אָפּגעהיט געוואָרן די אויטענטישע אַשכּנזישע הבֿרה פֿון די נעמען און לשון־קודשדיקע טערמינען. דאָס בוך איז באַגלייט מיט נעקראַסאָווס נאָכוואָרט, וווּ דער איבערזעצער דערציילט וועגן דעם אוניקאַלן סטיל פֿון סוצקעווערס פּראָזאַיִשע טעקסטן. באַזונדערס חידושדיק און פּאָעטיש איז דער דערמאָנטער ציקל „גרינער אַקוואַריום‟. אויסמישנדיק פֿאַנטאַסמאַגאָרישע חלומות און וואָר, שטרעבט דער פּאָעט אויפֿצולעבן די פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע וועלט.
צום ערשטן מאָל האָבן די רוסישע לייענער באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט סוצקעווערס פּראָזע, פֿול מיט טיפֿע סימבאָלן און מעטאַפֿאָרן. הגם די דערציילונגען זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין פֿאַרשיידענע פּעריאָדן פֿונעם פּאָעטס לעבן, זענען זיי דורכגעזאַפּט מיט דער טעמע פֿונעם חורבן און מלחמה־אַכזריות. די נאַציס האָבן אומגעבראַכט סוצקעווערס מאַמע און זײַן קליינעם זון. נישט געקוקט אויף די שרעקלעכע טראַגישע איבערלעבונגען, האָט דער פּאָעט ווײַטער געשריבן לידער, זײַענדיק פֿאַרשפּאַרט אין דער ווילנער געטאָ און שפּעטער, קעמפֿנדיק קעגן די נאַציס מיט די פּאַרטיזאַנער.
אין זײַן נאָכוואָרט, באַטאָנט נעקראַסאָוו, אַז די פּראָזע פֿונעם גרויסן פּאָעט מיט אַזאַ שווערן גורל איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. סוצקעווערס קורצע דערציילונגען זענען וויכטיק סײַ פֿאַר די רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן, סײַ פֿאַרן אַלגעמיינעם רוסישן לייענער, ווי אַ קינסטלערישער דענקמאָל דעם חורבן און דער צווייטער וועלט־מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.