מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ניו־יאָרקער ייִדישער קינסטלער, ריטשאַרד טושמאַן, באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ „נאָוועלע דורך פֿאָטאָגראַפֿיעס‟, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ פֿיקטיווער ייִדישער משפּחה אין קראָקע, פּוילן, אינעם יאָר 1930.
טושמאַן איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן סעריע, Hopper Meditations, וואָס האָט געשילדערט קורצע וויניעטן לויטן נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער מאָלער פֿון רעאַליזם, עדוואַרד האַפּער. בעת אַן אינטערוויו מיט דער וועבזײַט PetaPixel אין 2014 האָט טושמאַן דערקלערט, אַז האַפּערס אייל־בילדער האָבן אים תּמיד צוגעצויגן, צוליב זייער אָפּשפּיגלונג פֿון פּערסאָנאַזשן, וואָס וואַקלען זיך „צווישן פֿאַרחלומטקייט און אָפּגעפֿרעמדקייט; צווישן בענקשאַפֿט און ייִאוש‟; אין תּוך — „די פּסיכאָלאָגישע מיסטעריעס פֿון דער מענטשלעכער נאַטור‟.
נאָך דעם ווי טושמאַן און זײַן פֿרוי, עוואַ, האָבן באַזוכט איר היימשטאָט, קראָקע, איז ער אינספּירירט געוואָרן צו שאַפֿן אַ קונסט־פּראָיעקט וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, קאַזימיערץ. „ס׳האָט געמאַכט אויף מיר אַ טיפֿן רושם די אויסערגעוויינטלעכע אַרכיטעקטור פֿון דער אַלטער שטאָט,‟ האָט טושמאַן געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיט דער וועבזײַט PPD Spotlight. „אַ טייל פֿון מײַן משפּחה שטאַמט פֿון וואַרשע, און אַ צווייטער טייל — פֿון אַ ראַיאָן, וואָס געהערט הײַנט צו אוקראַיִנע, האָב איך טאַקע דערפֿילט אַ פּערזענלעכע באַציִונג צום גאַנצן ראַיאָן.‟
אַזוי ווי אין זײַן פֿריִערדיקן פּראָיעקט וועגן האַפּער, איז טושמאַנס פּראָצעס אַ צווייפֿאַכיקער. צו ערשט, בויט ער אַ מיניאַטור פֿון די דעקאָראַציעס, וואָס ער וויל אַרײַנשטעלן אין יעדער פֿאָטאָגראַפֿיע; דערנאָך פֿאָטאָגראַפֿירט ער די אַקטיאָרן באַזונדער, אָנגעטאָן ווי די העלדן פֿון זײַן נאָוועלע, און צום סוף, קאָמבינירט ער די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די מאָדעלן מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די דעקאָראַציעס. דער סוף־פּראָדוקט: רירנדיקע אימאַזשן די גרייס פֿון 40 צאָל (1,016 מילימעטער) בײַ 60 צאָל (1,524 מילימעטער).
הגם טושמאַן האָט דערווײַל בלויז פֿאַרענדיקט 9 פֿון די 17 אימאַזשן, האָבן דרײַ מוזייען — אין ברוקלין, לאָס־אַנדזשעלעס, און סאַנטאַ־פֿיי — זיך שוין מתחייבֿ געווען צו מאַכן אַן אויסשטעלונג פֿונעם ווערק. ער האָפֿט אויך צו ברענגען די אויסשטעלונג קיין אייראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.