ס׳איז שוין פֿון לאַנג אַ טענדענץ בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע מוזיקער איבערצוזעצן פּאָפּולערע לידער אויף ייִדיש. מע זעט דאָס סײַ בײַ די זינגער פֿון פֿאַרגאַנגענע דורות, בראָש מיט די בערי־שוועסטער, סײַ בײַ די הײַנטצײַטיקע חסידים, וואָס נעמען די מעלאָדיעס פֿון פּאָפּולערע לידער און פּאַסן זיי צו צו נײַע ייִדישע ווערטער. אַן ענלעכע זאַך, אָבער מיט אַן אַנדער געפֿיל, טוען געוויסע הײַנטיקע קלעזמאָרים, וואָס זינגען באַקאַנטע לידער פֿון איבער דער וועלט אויף ייִדיש, אָבער מיט אַן איראָנישן טעם.
לעצטנס, האָט די פּאָפּולערע רוסישע מולטי־קולטערעלע קאַפּעליע „דאָבראַנאָטש‟ אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, אין וועלכן זי שטעלט פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון „ראַמשטײַנס‟ באַקאַנט ליד „דו האַסט‟ אויף ייִדיש.
„ראַמשטײַן‟, פֿאַר די וואָס ווייסן ניט, איז אַ דײַטשישע קאַפּעליע, וואָס שפּילט „האַרט־מעטאַל‟, דאָס הייסט, זייער רעשנדיקע און כאַאָטישע „ראָק‟־מוזיק, וואָס קלינגט ווי אַ קאָשמאַר מיט צעפֿאַלנדיקע בנינים און אויפֿרײַסנדיקע שלאַכטפֿעלדער בעת דעם סוף פֿון דער וועלט.
די קאַפּעליע האָט גענומען איר נאָמען פֿון אַ ריזיקער טראַגעדיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת אַן עראָפּלאַן־ספּעקטאַקל אויף דער מיליטערישער באַזע „ראַמשטײַן‟ אין 1988, אין וועלכער אַן עראָפּלאַן האָט אַרײַנגעקראַכט אינעם עולם, אומברענגענדיק 70 מענטשן. ווי מע קען פֿאַרשטיין פֿון דעם נאָמען אַליין, שטעלט „ראַמשטײַן‟ פֿאָר לידער אויף קאָנטראָווערסיעלע טעמעס, אַזוי ווי מענטשן־פֿרעסערײַ, גענאָציד און אויסגיסונגען פֿון טייטלעכע כעמיקאַלן. קיין חידוש איז עס ניט, וואָס בײַ אירע קאָנצערטן מאַכן צו מאָל אירע אָנהענגער מהומות.
אַחוץ דער בייזקייט פֿון אירע לידער, איז די קאַפּעליע אויך באַקאַנט פֿאַר אירע קלוגע ווערטערשפּילן. איר ליד, „דו האָסט‟, שפּילט זיך מיטן קלאַנג פֿון די ווערטער „האַסט‟ און „האָסט‟. אויף דײַטש קלינגט עס אַלץ איינס און מע קען דערפֿאַר ניט וויסן, צי דער זינגער זאָגט, אַז „דו האָסט מיך פֿײַנט‟ צי פּשוט „דו האָסט‟. אָט קען מען הערן דעם אָריגינעלן נוסח פֿון „ראַמשטײַן‟:
ווי אַזוי קומט עס, אַז אַ באַקאַנטע רוסישע קאַפּעליע, וואָס שפּילט אַ סך קלעזמער־מוזיק, זאָל זינגען אַזאַ בייז ליד אויף ייִדיש? אַ פּנים, לשם איראָניע. דאָס ליד איז זיכער אַן איראָנישע פֿאָרשטעלונג איידער אַן ערנסטע ווידער־באַאַרבעטונג פֿונעם ליד, ווײַל „דאָבראַנאָטש‟ האָט געביטן די מוזיק, אַז עס זאָל קלינגען ווי קלעזמער־מוזיק און ניט ווי קיין „ראָק‟־ליד, שוין אָפּגערעדט פֿון „האַרט־מעטאַל‟. אַנשטאָט די רעשנדיקע באַס־גיטאַרעס און פּויקן פֿון „ראַמשטײַן‟ שפּילט „דאָבראַנאָטש‟ אויף אַ פֿידל, באַנדזשאָ, אַקאָרדעאָן, סאַקסאָפֿאָן, טרומייט און טראָמבאָן. דערצו, אַנשטאָט די צעדרייטע (distorted) גיטאַרעס, וועלכע קלינגען ווי זשומענדיקע מאַשינען, וואָס האַלטן זיך אין צעברעכן, איז דער זינגער אינעם קלעזמער־נוסח באַגלייט פֿונעם שיינעם קרעכץ פֿון אַ ייִדישן קלאַרנעט. די ייִדישע איבערזעצונג, פֿון אַסיע פֿרומאַן פֿון לעמבערג, קלינגט ווי עס וואָלט געקענט זײַן אַן אויסצוג פֿון אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש ליד. און ווען מע וואָלט זיך בלויז צוגעהערט צום ליד, נישט ווינסדיק וועגן דעם דײַטשישן אָריגינאַל, וואָלט מען גאָרנישט ניט חושד געווען, אַז דאָס ליד האָט אַזאַ טריפֿענעם ייִחוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.