דער ניו־יאָרקער New World Theater Project (טעאַטער־פּראָיעקט פֿון דער נײַער וועלט), וואָס שטעלט פֿאָר ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע פּיעסעס, האָט די וואָך אויפֿגעפֿירט דוד פּינסקיס דראַמע „פּראָפֿעסאָר ברענער‟. הגם די פּיעסע קומט פֿאָר אין יאָר 1911, האָט דער רעזשיסאָר פּאָל טייקאַס עס דערהײַנטיקט ביז די 1950ער יאָרן און אַרויסגענומען יעדן רמז, אַז די העלדן זענען ייִדן, דורך ניצן סײַ ווײַסע, סײַ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטיאָרן.
דוד פּינסקי איז געווען איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דראַמאַטורגן אין אַמעריקע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אַן ענגלישער נוסח פֿון זײַן מײַסטערווערק, „דער אוצר‟, איז אַפֿילו אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף בראָדוויי אין 1920 דורך דער אָנגעזעענער טעאַטראַלישער געזעלשאַפֿט, The Theater Guild.
דער הויפּט־פּערזאָן אין דער איצטיקער פּיעסע, אַרטור ברענער, איז אַ באַוווּסטער 61־יאָריקער מאָלער, קונסט־פּראָפֿעסאָר — און אַן אַלטער בחור, וואָס וווינט נאָך בײַ דער מאַמען. ער פֿאַרליבט זיך אין זײַן שיינער 20־יאָריקער סטודענטקע, עמאַ האַריס, און וויל מיט איר חתונה האָבן. עמאַ איז גליקלעך, אָבער ברענער הייבט אָן האָבן אַ חשד, אַז זי איז מער פֿאַרכּישופֿט פֿון זײַן ווערק און באַרימטקייט, איידער פֿון אים אַליין.
ברענערס בלינדע מאַמע, וועלכע איז אַ וואָרזאָגערין, פּרוּווט אים אָפּמוטיקן פֿון זײַן פּלאַן, אָבער זײַן אייגענער צוגאַנג איז: „אויב איך קען זיך נאָך פֿאַרלירן, בין איך, אַ פּנים, נישט צו אַלט‟. עמאַס טאַטע־מאַמע זענען איבערראַשט וועגן דעם אומגעוויינטלעכן שידוך, אָבער שטעלן זיך נישט קעגן.
די דאָזיקע פּראָדוקציע, אויפֿגעפֿירט פֿון עלען פּערעצמאַן, האָט אָבער אַרויסגערופֿן געמישטע רעאַקציעס בײַ די רעצענזענטן. די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט, למשל, געלויבט איין געראָטענע סצענע, וואָס פֿאַרגלײַכט דעם ערנסטן אויפֿפֿיר פֿונעם פּראָפֿעסאָר, געשפּילט פֿון דייוויד גרינספּאַן, מיטן אויבנאויפֿיקן פּלאַפּלערײַ פֿון עמאַס יונגע חבֿרטעס; פֿון דעסטוועגן, האָט די צײַטונג קריטיקירט גרינספּאַן פֿאַר שילדערן ברענער אויף אַזאַ אומסימפּאַטישן אופֿן, אַז ס׳איז שווער מיטצופֿילן.
די וועבזײַט TheaterScene.net האָט קריטיקירט אַ צווייטן עלעמענט פֿון דער פּיעסע: דאָס אויסניצן די זעלבע אַקטיאָרן פֿאַר מער ווי איין ראָלע. „די פּראָבלעם איז, אַז די אַקטיאָרן, וואָס שפּילן עמאַס טאַטע־מאַמע אין איין סצענע, שפּילן שפּעטער עמאַס יונגע חבֿרים, און דאָס שאַפֿט אַ פּלאָנטער ווײַל מיר, די צוקוקער, דאַכט זיך, אַז די אַקטיאָרן שפּילן נאָך אַלץ די עלטערן,‟ האָט דער רעצענזענט באַמערקט. ביידע רעצענזענטן האָבן אָבער געלויבט ראַנדי דאַנסאָן, וואָס שפּילט ברענערס מאַמע.
Professor Brenner שפּילט ביזן 22סטן נאָוועמבער. נאָך בילעטן, קוועטשט אויף דער פֿאַרבינדונג: //www.here.org
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.