דער אָנגעזעענער „מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט‟ (MoMA) אין ניו־יאָרק, וועט אומקערן אַ געמעל צו די יורשים פֿון אַ דײַטשיש־ייִדישן קונסט־זאַמלער, מאַקס פֿישער.
פֿישער האָט געירשנט דאָס בילד, באַקאַנט אינעם מוזיי ווי „זאַמדיקע בערג אין ענגאַדין‟ (1917־1918), פֿון זײַנע עלטערן, לודוויג און ראָזי פֿישער, אין 1926. „זאַמדיקע בערג‟ איז אַ דײַטש עקספּרעסיאָניסטיש בילד פֿון ערנסט לודוויג קירשנער.
קירשנער, אַ בײַערן־געבוירענער, וועלכער איז געשטאָרבן אין 1938, איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די ערשטע אַבסטראַקטע מאָלער אין אייראָפּע. ער האָט געמאָלט אַ צאָל בערלינער גאַסן־סצענעס, וואָס זענען שפּעטער פֿאַרקויפֿט געוואָרן בײַ ליציטאַציעס פֿאַר 38 מיליאָן דאָלאַר אַ בילד. די נאַציס האָבן געהאַלטן זײַן קונסטווערק פֿאַר פֿאַרדאָרבן, אָבער הײַנט הענגען אַ צאָל פֿון זיי אין די חשובֿסטע מוזייען איבער דער וועלט.
מאַקס און זײַן ברודער, ערנסט, האָבן ביידע געירשנט בערך 250 ווערק פֿון דײַטשער מאָדערנער קונסט פֿון זייערע עלטערן. אין 1935 איז מאַקס פֿישער אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד, אַ חודש נאָך דעם ווי די רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט די אַנטיסעמיטישע נירנבערג־געזעצן, און ווי אַ פּועל־יוצא האָט ער איבערגעלאָזט זײַן טײַערע זאַמלונג פֿון מאָדערנע דײַטשע קונסטווערק בײַ זײַן חבֿרטע, שאַרלאָט וואַנזקע, וועלכע איז פֿאַרבליבן אין בערלין — אַ זאַך, וואָס ער האָט שפּעטער שטאַרק באַדויערט.
דער „מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט‟ האָט געקראָגן דאָס בילד ווי אַ טייל פֿון פֿינף געמעלן פֿון דער Weyhe Gallery אין ניו־יאָרק אין 1949. דאָס בילד איז פֿריִער געהאַט געקומען פֿון דער נחלה פֿונעם בערלינער עקספּרעסיאָניסטישן זאַמלער קורט פֿעלדהאַוסער, וועלכער האָט עס געקויפֿט אין 1938 — מסתּמא בײַ פֿישערס חבֿרטע, וואַנזקע. פֿישער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1954.
„די יורשים פֿון מאַקס פֿישער ווילן באַדאַנקען דעם ׳מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט׳ פֿאַרן אומקערן זיי דאָס וויכטיקע קונסטווערק,‟ האָט זייער אַדוואָקאַט, דייוויד ראָלאַנד, דערקלערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.