אינעם לעצטן בריוו פֿון דער באַקאַנטער ענגליש־שפּראַכיקער בליץ־ליסטע „מענדעלע‟, געווידמעט ייִדיש און דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט מען דערמאָנט חיים־נחמן ביאַליקס באַקאַנטע פּאָעמע „מתי־מדבר‟. די דיסקוסיע האָט זיך אָנגעהויבן אין אָקטאָבער. עמי קויפֿמאַן, איינע פֿון די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע, האָט באַמערקט, אַז ישׂראל־יעקבֿ שוואַרץ האָט איבערגעזעצט די דאָזיקע פּאָעמע אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אין זײַן זאַמלונג, באַגלייט מיט שמואן ניגערס הקדמה, אינעם יאָר 1935. די זאַמלונג קאָן מען געפֿינען אויף דער אינטערנעץ־ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער „ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט.
ס׳איז כאַראַקטעריסטיש, אַז אין דער בליץ־רשימה האָט מען אויסגעלייגט דעם נאָמען פֿון ביאַליקס ליד ווי Metey Midbar. ביאַליק איז דאָך געווען אַ נאַציאָנאַלער העברעיִשער פּאָעט און ממילא זײַנע לידער מוזן געלייענט ווערן מיט דער מאָדערנער העברעיִשער הבֿרה. דעם אָריגינעלן טעקסט קאָן מען איבערלייענען אויף דעם אינטערנעץ־פּראָיעקט „בן־יהודה‟. אַוודאי, אין אַסאָציאַציע מיטן דערפֿינדער פֿון „עבֿרית חדשה‟, לייגט זיך אַזאַ אויסלייג אויפֿן שׂכל.
ווען מע פֿאַרגלײַכט שוואַרצס איבערזעצונג מיטן העברעיִשן אָריגינאַל, אויב מע פּרוּווט עס איבערלייענען מיטן הײַנטיקן ישׂראלדיקן אַקצענט, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די ייִדישע ווערסיע קלינגט שענער, מיט אַ קלאָרן געגראַמטן ריטעם:
ניט מחנות פֿון ריזיקע לייבן באַדעקן דעם מידבר דעם ברייטן,
דאָס ליגט ניט דער בשן מיט גאָר זײַנע דעמבעס די שווערע געפֿאַלן —
דאָס ליגן אין זונגלוט, בײַ צעלטן פֿאַרשוואַרצטע, די ריזן,
דאָס ליגן זיי זיכער אין ברוינלעכן זאַמד פֿונעם מידבר, ווי לייבן.
אַזאַ ריטעם, וואָס הייסט העקזאַמעטער, האָבן די גריכישע פּאָעטן צוגעטראַכט נאָך מיט 2800 יאָר צוריק. עס קאָן זײַן, אַז ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, איז אַזאַ פּאָעטישע מאָס טאַקע געווען שוין באַקאַנט אין דער וועלט. אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש צעפֿאַלט זיך אָבער דער ריטעם פֿון ביאַליקס ווערק כּמעט אינגאַנצן.
אין דער אמתן, האָט שוואַרץ געטרײַ נאָכגעפֿאָלגט דעם אָריגינעלן ריטעם. דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס דער פּאָעט האָט געהאַט אין זינען דעם אוקראַיִנישן וואַריאַנט פֿון דער אַשכּנזישער הבֿרה, לויט וועלכער דער אַקצענט שטייט, געוויינטלעך, אויפֿן פֿאָרלעצטן טראַף פֿון די ווערטער. צום באַדויערן, ווייסן נישט אַ סך הײַנטיקע ליבהאָבער פֿונעם פּאָעט, אַז הגם ביאַליק ווערט הײַנט צוגעשריבן צו דער רשימה פֿון די בעסטע ישׂראלדיקע פּאָעטן, האָט ער געטראַכט, גערעדט, און צומאָל געשריבן זײַנע לידער אויף ייִדיש, און אין זײַנע העברעיִשע שאַפֿונגען האָט ער געמיינט די זעלבע הבֿרה — אַחוץ די נקודה „צירי‟ — וואָס מע הערן יעדן טאָג בײַם דאַוונען אין אַ ברוקלינער חסידישער שיל.
אַ. ז. פֿאָרמאַן, דער מחבר פֿונעם ענגלישן בלאָג פֿון פּאָעטישע איבערזעצונגען Poemsintranslation, וועלכער זעצט פּאָעזיע איבער אויך פֿון אַ טוץ אַנדערע שפּראַכן, לייגט פֿאָר אויף דער אינטערנעץ עטלעכע גוטע געגראַמטע ענגלישע ווערסיעס פֿון ביאַליקס לידער, באַגלייט מיט אוידיאָ־רעקאָרדירונגען פֿונעם אָריגינאַל, פֿאָרגעלייענט מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה און באַגלייט מיט אַ ריכטיקער טראַנסקריפּציע מיט די לאַטײַנישע אותיות. להיפּוך צו דעם דערמאָנטן אויסלייג אין דער בליץ־ליסטע, וואָלט געווען מער „ייִדישיסטיש‟ אָנצורופֿן ביאַליקס פּאָעמע Meysey Midber. אַ קלייניקייט, אָבער דאָך אַ כּבֿוד דעם גרויסן אוקראַיִניש־ייִדישן לשון־קודשדיקן פּאָעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.