פּראָפֿעסאָר שמואל קאַסאָוו, אַ ייִדישער היסטאָריקער פֿון „טריניטי־קאָלעדזש‟, וועט אָנפֿירן מיט אַ ייִוואָ־קורס וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. צוליב דעם וואָס דער קלאַס וועט דורכגעפֿירט ווערן דורך דער אינטערנעץ, וועט ער זײַן צוטריטלעך פֿאַר מענטשן איבער דער וועלט. דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס ייִוואָ פֿירט דורך אַ קורס דורך דער אינטערנעץ.
דער קורס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן ווי אַן אינטענסיווער איבערזיכט אויף אַ קאָלעדזש־מדרגה, און וועט באַשטיין פֿון צוויי 2־שעהיקע קלאַסן אַ וואָך, במשך פֿון זעקס וואָכן. ד״ר קאַסאָוו וועט דעקן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין פּוילן, רוסלאַנד און ליטע — פֿון מיטל־אַלטער ביזן סוף פֿון דער קאָמונסיטשער תּקופֿה.
דער קורס וועט זײַן אָפֿן פֿאַר מענטשן פֿון יעדן עלטער, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין דער טעמע, און איז ספּעציעל געצילט פֿאַר די מענטשן, וואָס ווייסן ווייניק וועגן דעם.
צווישן די טעמעס, וואָס וועלן געדעקט ווערן: די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די פּויערים, און צווישן די ייִדן און די אַדללײַט; דער אויפֿשטײַג פֿון חסידיזם און דער השׂכּלה; די ייִדישע און העברעיִשע מאָדערנע ליטעראַטור; רעוואָלוציע; דער גײַסטיקער ווידערשטאַנד בעת דעם חורבן, און דעם מצבֿ פֿון די אַשכּנזישע ייִדן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
כּדי צו באַקענען די סטודענטן מיט דער רײַכקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט ד״ר קאַסאָוו אויסגעקליבן לייען־מאַטעריאַל פֿון כּלערליי מינים ערשט־קלאַסישע שרײַבער. „מיר וועלן לייענען אויסצוגן פֿון שלום־עליכם, פּרץ, די משׂכּילים, די לידער פֿון יהודה־לייב גאָרדאָן און חיים־נחמן ביאַליק,‟ האָט קאַסאָוו געזאָגט. די סטודענטן וועלן אויך לייענען אַרטיקלען פֿון באַרימטע ייִדישע היסטאָריקער, ווי לוסי דאַווידאָוויטש און שמעון דובנאָוו.
אַחוץ די לעקציעס, וועלן די סטודענטן זען ווידעאָס; אָפּגעבן אומפֿאָרמעלע עקזאַמענס; פֿאָרשן די ייִוואָ־אַרכיוון און ביבליאָטעק־זאַמלונגען, וואָס געפֿינען זיך אויף דער ייוואָ־וועבזײַט, און זיך באַטייליקן אין דיסקוסיע־פֿאָרומס מיט אַנדערע סטודענטן און לערער.
דער קורס הייבט זיך אָן דעם 11טן יאַנואַר 2016. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, אָדער זיך צו רעגיסטרירן, גייט צו:
https://www.yivo.org/online-classes
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.