דעם 19טן נאָוועמבער האָט זיך אינעם מוזיי פֿון דער ריגער געטאָ געעפֿנט די אויסשטעלונג „דאָס ייִדישע שטעטל‟, אויפֿן סמך פֿון פֿעליקס מאָסטאָוויטשס קונסט־ווערק. די בילדער זענען אויסגעשטעלט געוואָרן אינעם זאַל, וווּ עס געפֿינט זיך אַ שטענדיקע עקספּאָזיציע, געווידמעט דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדישע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע. אַרײַנטריט איז פֿרײַ.
הרבֿ מנחם באַרקאַן, דער אָרטיקער ליובאַוויטשער שליח, וועלכער פֿירט אָן מיטן ריגער ייִדישן חסד־פֿאָנד „שמיר‟, האָט דעם 20סטן נאָוועמבער דערקלערט דער לעטלענדישער פּרעסע, אַז דאָס ייִדישע וואָרט „שטעטל‟ ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיט די געהיימנישפֿולע אימאַזשן פֿון מאַרק שאַגאַל, ראָמאַנטישע פּייסאַזשן פֿון תּבֿואה־פֿעלדער, קליינע דאָרפֿישע הײַזקעס, כּלי־זמרים און חסידים. וולאַדימיר רעשעטאָוו, דער קוראַטאָר פֿונעם פּראָיעקט, האָט אָבער באַמערקט, אַז פֿעליקס מאָסטאָוויטש, להיפּוך צו שאַגאַל, שפּיגלט אָפּ אין זײַנע בילדער דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון זײַנע באָבע־זיידעס אין צענטראַל־אוקראַיִנע אין גאַליציע.
רעדנדיק מיט די אָרטיקע זשורנאַליסטן, האָט דער קוראַטאָר צוגעגעבן, אַז די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ רעאַלע וועלט, וואָס אַזעלכע ייִדישע קלאַסיקער, ווי שלום־עליכם, יצחק באַשעוויס און יצחק־לייבוש פּרץ האָבן באַשריבן אין זייערע ביכער, און פֿונוואַנען עס זענען אַרויסגעקומען אַ סך באַרימטע וויסנשאַפֿטלער און קולטור־טוער. צום באַדויערן, איז די אַמאָליקע ייִדישע שטעטל־וועלט צעשטערט געוואָרן בעתן חורבן און דערפֿאַר ווערט זי הײַנט באַטראַכט ווי עפּעס אַ ראָמאַנטישע וווּנדער־מעשׂה.
דער 68־יאָריקער מאָסטאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1947 אין קאַזאַכסטאַן. זײַנע עלטערן זענען אַהין פֿאַרשיקט געוואָרן פֿון זשיטאָמיר, דאָס באַקאַנטע ייִדישע שטעטל אין אוקראַיִנע; דערפֿאַר פֿילט ער אַ באַזונדערע בענקעניש נאָך זײַן משפּחהס פֿאַרשוווּנדענער וועלט. אינעם יאָר 1971 איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם סאָוועטישן קינסטלער־פֿאַראיין; הײַנט וווינט ער אין פּוילן, וווּ ער האָט אין 2002 געוווּנען דעם פּריז „פּוילן איז אונדזער מוטער‟ פֿאַר זײַנע קינסטלערישע פֿאַרדינסטן. דאָס איז שוין די צווייטע אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק אינעם מוזיי פֿון דער ריגער געטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.