ס׳איז לעצטנס פּובליקירט געוואָרן דאָס ערשטע פּרטימדיקע בוך וועגן דעם פּראָמינענטן ייִדישן שרײַבער און אינטעלעקטואַל, מרדכי שטריגלער, אָפּגעשפּיגלט דורך זײַן זיבן־יאָריקער קאָרעספּאָנדענץ מיטן פּאָעט, ה. לייוויק.
דאָס בוך, Between Destruction and Reconstruction [צווישן חורבֿות און ווידערבוי], אַרויסגעלאָזט פֿונעם „דבֿ סדן פּובליקיר־פּראָיעקט‟, שילדערט אַ ווייניק אויסגעפֿאָרשטע תּקופֿה אין דער ייִדישער ליטעראַרישער געשיכטע: די יאָרן גלײַך נאָכן חורבן. שטודיעס וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור גיבן זיך אָפּ, דער עיקר, מיט די קלאַסישע ייִדישע שרײַבער פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווייניק אַקאַדעמיקער האָבן זיך פֿאַרנומען מיטן נסימדיקן אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, און בפֿרט מיטן נאָך־מלחמהדיקן ייִדישן זשורנאַליזם, נישט געקוקט אויף דעם וואָס צענדליקער יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די ייִדישע פּרעסע ממש געבליט.
דער ציל פֿון דעם באַנד איז צו באַווײַזן, אַז להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָט דער נאַצי־רעזשים נישט באַוויזן צו פֿאַרניכטן די ייִדישע ליטעראַרישע כּוחות. צוליב דעם דוחק פֿון אַרכיוון פֿון ייִדישן זשורנאַליזם נאָך דער מלחמה, האָט געדויערט פֿערצן יאָר ביז די רעדאַקטאָרן האָבן באַוויזן צונויפֿצוזאַמלען, דעשיפֿרירן, טראַנסקריבירן און אַנאָטירן די 75 בריוו, וואָס די צוויי מחברים האָבן געשריבן איינער דעם צווייטן צווישן 1945 און 1952 — די תּקופֿה ווען שטריגלער האָט געוווינט און רעדאַקטירט אַ ייִדישע צײַטונג אין פּאַריז.
דערצו האָט דער „דבֿ סדן פּראָיעקט‟ זיך געוואָנדן צו שטריגלערס אַלמנה און טאָכטער אין ניו־יאָרק פֿאַר דערלויבעניש איבערצופֿירן שטריגלערס גרויסן פּריוואַטן אַרכיוו פֿון זײַן וווינונג אין ניו־יאָרק קיין ישׂראל, כּדי עס צו אַראַנזשירן און איבערגעבן דעם אַרכיוואַלן אָפּטייל פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים. די הויפּט־רעדאַקטאָרן פֿונעם בוך זענען יחיאל שײנטוך און מרים טרין, פֿונעם „מפֿעל־דבֿ־סדן‟, העברעיִשן אוניווערסיטעט.
די בריוו וואָס שטריגלער האָט געשריבן לייוויקן זענען ספּעציעל מערקווירדיק צוליב זייער פּסיכאָלאָגישן און עקזיסטענציעלן אינהאַלט, אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט אַנדערע שרײַבער. שטריגלער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר לייוויקן, צום גרויסן טייל, ווײַל ער איז געווען אַ לאַנג־יאָריקער אָנהענגער פֿון לייוויקס פּאָעזיע. שוין צו 11 יאָר, האָט ער, בעתן לערנען אין דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, פּוילן, בסוד געלייענט די פֿאַרבאָטענע ליטעראַטור. ווי אַ פּועל־יוצא האָט ער געמוזט די ישיבֿה פֿאַרלאָזן.
דאָס בוך נעמט אַרײַן די בריוו אַליין, איבערגעדרוקט לויט די תּקנות פֿון דער ייִוואָ־אָרטאָגראַפֿיע; 730 הערות וואָס דערקלערן די היסטאָרישע און קולטורעלע רמזים אין די בריוו, אויף זעקס פֿאַרשידענע שפּראַכן — ייִדיש, העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש און פֿראַנצייזיש; גראַפֿישע רעפּראָדוקציעס פֿון אַ טייל פֿון די בריוו; אַ פּרטימדיק זוכצעטל פֿון טעמעס, יחידים, אָרגאַניזאַציעס, געאָגראַפֿישע ערטער, אאַז״וו און אַן אַרײַנפֿיר אויף העברעיִש, ייִדיש און ענגליש.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט dovsadaninst@mail.huji.ac.il
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.