נײַע קאַטעדרע פֿון ייִדישע לימודים בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט

New Chair in Jewish Studies at Fordham University

פֿון נח באַרעראַ

Published December 02, 2015, issue of December 25, 2015.

ד״ר מאַגדאַ טעטער
Facebook
ד״ר מאַגדאַ טעטער

חודש נאָוועמבער האָט ד״ר מאַגדאַ טעטער, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדישער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בײַם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, אַ יעזויִט־קאָלעדזש, באַזירט אין שטאָט ניו־יאָרק, פֿאַרנומען די קאַטעדרע אויפֿן נאָמען פֿון אייווגעני שווידלער.

„אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקער מתּנה פֿון מיסטער שווידלער, צו באַזאָרגן די קאַטעדרע אויף זײַן נאָמען, האָט פֿאָרדהאַם געקענט לאַנצירן אַן איניציאַטיוו, וואָס צילט צו שאַפֿן אַ ריזיקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים‟, האָט ד״ר טעטער געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.

שווידלער, אַ רוסישער ייִד און געוועזענער סטודענט פֿון געשעפֿט בײַ פֿאָרדהאַם, האָט באַזאָרגט די ייִדישע לימודים מיט אַ מתּנה פֿון 3 מיליאָן דאָלאַר. מיסטער שווידלער איז שוין באַקאַנט מיט זײַן ברייטהאַציקײט צו באַזאָרגן די ייִדישע לימודים אויך אין אַנדערע אוניווערסיטעטן, בפֿרט אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון רוסישע ייִדן. ער שטיצט אונטער אַ נײַעם פּראָיעקט, אָנגעפֿירט פֿון ד״ר גענאַדי עסטרײַך, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, אָנצושרײַבן אַ געשיכטע פֿון סאָוועטישן ייִדנטום.

אין אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿון פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט, באַטאָנט ד״ר טעטער, אין אירע קלאַסן און פֿאָרש־אַרבעט, די וויכטיקייט פֿון ייִדן אין דער אַלגעמיינער געשיכטע. „די ייִדישע לימודים זענען זייער וויכטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין די געשיכטע נישט בלויז פֿון ייִדן, נאָר אויך פֿון קריסטלעכטום, באַזונדערס קאַטאָליציזם,‟ זאָגט זי. „דאָס לערנען ייִדישע לימודים דאָ וועט העלפֿן אויפֿקלערן די געשיכטע פֿון קאַטאָליציזם אויף אופֿנים, וואָס וואָלטן נישט געקענט אַנדערש דערקלערט ווערן; די ייִדן זענען אַ וויכטיקער טייל פֿון יענער סתּירותדיקער געשיכטע.‟

ד״ר טעטער, אַ געבוירענע אין פּוילן, האָט אײַנגעזען די וויכטיקייט פֿון ייִדישע לימודים, צוליב איר טאַטנס איבערלעבונגען ווי אַ קינד, במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. זי האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט געשטאַמט פֿון צויזמער [סאַנדאָמיערז], אַ שטעטל, וואָס געפֿינט זיך אין דרום-מיזרח פּוילן, און דאָרטן איז ער געווען אַן עדות פֿון ליקווידירן די ייִדן אין דער אָרטיקער געטאָ. ער געדענקט באַזונדערס שטאַרק, ווען ער איז דעמאָלט געגאַנגען אין דער ליידיק-געוואָרענער שיל; ער האָט געזען ווי די ייִדישע ספֿרים וואַלגערן זיך אויפֿן דיל.

ד״ר טעטער וויל, אַז אירע סטודענטן זאָלן זיך באַניצן מיט ספֿרים אין לשון-קודש. צוליב דעם האָט זי אָנגעזאַמלט בײַם אוניווערסיטעט אַ גרויסע קאָלעקציע פֿון אַלטע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די באַרצעלאָנער „הגדה‟ פֿון 14טן יאָרהונדערט. „די ספֿרים דערציילן די געשיכטע פֿון פּערזענלעכע באַציִונגען, דער צענזור, געשעפֿטס־קאָנקורענץ‟, — דערקלערט ד״ר טעטער, — „און אויכעט באַשותּפֿותדיקע טעטיטקייטן צווישן ייִדן און קריסטן דורך ביכער און דעם קולטורעלן אויסבײַט.‟ דעם דריטן דעצעמבער וועט ד״ר טעטער פֿאַרעפֿנטלעכן די נײַע קאָלעקציע פֿון ספֿרים.

ד״ר טעטער האָט אויך איבערגעגעבן, אַז זי האָט בדעה אָנצוזאַמלען ביכער אויף ייִדיש. זי דערקלערט אַז, „פֿאָרדהאַם אַנטוויקלט איצט אַ באַציִונג מיטן ייִוואָ, וואָס וועט דערמעגלעכן די סטודענטן זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך‟.

וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדישע לימודים אין פֿאָרדהאַם זאָגט ד״ר טעטער אַזוי: „מיט צוועלף באַרימטע פֿאַקולטעטן פֿון עטלעכע באַזונדערע דעפּאַרטעמענטן //www.fordham.edu/jewishstudies, איז פֿאָרדהאַם איצט גרייט צו שפּילן אַ פֿירנדיקע ראָלע אין ייִדישע לימודים, און צו דינען דער שטאָט ניו-יאָרק און ווײַטער‟.