ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

דער יערלעכער ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן‟
דער יערלעכער ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן‟

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 02, 2015, issue of December 25, 2015.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער יערלעכער ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן‟

דער צענטער פֿון דעם מאָסקווער קולטור־לעבן די וואָך איז געוואָרן דער יערלעכער ביכער־יריד „נאָן־פֿיקשן‟. דער טיטל גיט אָנצוהערן, אַז אין פֿאָקוס פֿונעם יריד געפֿינען זיך, קודם־כּל, פֿאָרשונגען, דאָקומענטאַרע אויסגאַבעס און האַנטביכער, אָבער עס האָט זיך פֿאַרקויפֿט אויך „שיינע ליטעראַטור‟.

אינעם יריד האָבן אָנטייל גענומען 3 ייִדישע פֿאַרלאַגן: „גשרים‟, „קניזשניקי‟ און „דאָס הויז פֿון ייִדישן בוך‟. עס זענען פֿאָרגעשטעלט געוואָרן נײַע ביכער און נײַע אויסגאַבעס פֿון אַלטע ביכער, בתוכם מאַשע ראָלניקײַטעס בוך „איך מוז דערציילן‟, אין דער רוסישער ווערסיע, וואָס זײַן נײַע אויסגאַבע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דער פֿאַרלאַג פֿון קינדער־ליטעראַטור, „סאַמאָקאַט‟. אויף דער פֿאָרשטעלונג האָט מען פֿאַרבעטן פֿון פּעטערבורג די מחברטע גופֿא, און זי האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון איר משפּחה און פֿון איר טאָגבוך, וועגן דעם ווײַטערן גורל פֿון די לעבן־געבליבענע און פֿון זייערע פּײַניקער. צו דער באַגעגעניש זענען געקומען אַרום 300 מענטשן, אַ סך מער ווי דער זאַל האָט געקענט אַרײַננעמען.

אין די ראַמען פֿונעם יריד איז אויך פֿאָרגעקומען די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟. ס‘איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז 5 יאָר נאָך אַנאַנד פֿירט „אשכּולות‟ דורך אין די ראַמען פֿון „נאָן־פֿיקשן‟ אַ „קאָמענט־פּאַרטי‟: עטלעכע מענטשן גיבן זייערע קורצע קאָמענטאַרן אויף אַ געוויסער טעמע. דאָס מאָל איז דער טיטל פֿון דער פּראָגראַם געווען „לך לך. עמיגראַנטישער גורל פֿון תּנ״כישע העלדן‟. די רייד איז געגאַנגען אי פֿון טראַנספֿאָרמאַציע פֿון תּנ״כישע סוזשעטן (קודם־כּל, פֿון מעשׂה־איובֿ און מעשׂה־משה), פֿונעם מאָטיוו פֿון פֿאַרטרײַבן פֿון גן־עדן אין ייִדישער ליטעראַטור און פֿון פֿילאָסאָפֿישע אַספּעקטן פֿון וואַנדערונגען און עמיגראַציע.


אַן אויסשטעלונג פֿון תּשמישי־קדושה

אינעם ערשטן ייִׅדישן מוזיי אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט די רומענישע שילן. די עקספּאָנאַטן האָט מען געבראַכט פֿון רומעניע, פֿון צעשטערטע און פֿאַרלאָזטע שילן: אַלטע אָרון־קודשן, בימות, שטענדערס, טירן, שטולן אואַ״וו. מע האָט זיי גוט רענאָווירט און אַוועקגעשטעלט אין אַ באַזונדערן זאַל, וואָס אימיטירט דעם שטח פֿון אַ קליינער שיל.

דעם 1טן דעצעמבער איז אין מוזיי פֿאָרגעקומען אַ קבלת‑פּנים לכּבֿוד דער נײַער אויסשטעלונג, ווי אויך לכּבֿוד דער נײַער אויסגאַבע פֿונעם מוזיי — אַ צוויי־בענדיקער קאַטאַלאָג פֿון די בעסטע עקספּאָנאַטן צווישן די מוזיי־אוצרות.


„קניזשניקי‟: דאָס בוך זכרונות פֿון שלמה פּערעל

אינעם אַנדערן, דעם נײַעם ייִׅדישן מוזיי אין מאַריׅנאַ ראָשטשאַ, איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט שלמה פּערעל, אַ ייִד, וואָס אים איז געלונגען צו בלײַבן לעבן אין נאַציסטישן דײַטשלאַנד. ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ באַלטישן דײַטש און איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון „היטלער־יוגנט‟, און ער האָט געדינט אין „ווערמאַכט‟ ווי אַן איבערזעצער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך געלערנט אין אַ טעכנישער שול פֿון „אָרט‟ אין מינכן און האָט עולה געווען קיין ישׂראל, געדינט אין צה״ל, געקעמפֿט אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה.

אין די 1980ער יאָרן האָט פּערעל אָנגעשריבן אַ בוך זכרונות, וואָס האָט זיך באַרימט אין אייראָפּע און ערשט הײַיאָר אַרויסגעגעבן געוואָרן אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ מיט דער הילף פֿון „אָרט‟. מיטוואָך דעם 2טן דעצעמבער האָט מען פֿאָרגעשטעלט די אויסגאַבע, און דער 90־יעריקער פּערעל האָט זיך געטראָפֿן מיטן עולם.


אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער

אין דער סטודענטישער אָרגאַניזאַציע „הילל‟ איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. דעם רעפֿעראַט וועגן דער פֿריִער געשיכטע פֿונעם טעאַטער — פֿון פּורים־שפּילן ביז אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און יעקבֿ גאָרדין — האָט געהאַלטן די פֿאָרשערין פֿון ייִדישער ליטעראַטור, גאַלינאַ עליאַסבערג.