מיטװאָך, דעם 25סטן נאָװעמבער, בין איך געגאַנגען אײַנקױפֿן אין אַ גרױסער ניו־יאָרקער שפּײַזקראָם. די קראָם איז געװען אומגלײבלעך געפּאַקט, װײַל מ׳איז געקומען קױפֿן אינדיקעס און אַנדערע פּראָדוקטן צו דער מאָרגנדיקער „דאַנקטאָג‟־סעודה. בשעתן װאַרט צו באַצאָלן דעם קאַסיר, האָב איך דערהערט די ערשטע אַקאָרדן פֿון דעם ניטל־ליד, „דזשינגל־בעל־ראַק“, און איך האָב געזען װי עטלעכע קונים באָמקען צו. „אױ“, האָב איך מיר געטראַכט, „סע הײבט זיך שױן אָן…!“ װען איך בין אָנגעקומען אַהײם, האָב איך דערזען װי מײַנער אַ שכן באַפּוצט זײַן הױז מיט ליכטלעך און אַנדערע פֿילפֿאַרביקע ניטל־טשאַטשקעס.
איך בין נישט קײן גרױסער ליבהאָבער פֿון דער ניטל־מוזיק אָדער פֿון די קלײנע „געבורט־סצענעס“, אין װעלכע מע זעט װי יעזוס װערט געבױרן אין אַ שײַער… אָבער אײן טאָג אין יאָר קען איך דאָס אַלץ פֿאַרטראָגן; אַן אַנדער זאַך: מיר דאַכט זיך, אַז יעדעס יאָר הײבן זיך אָן די ניטל־צוגרײטונגען אַלץ פֿריִער און פֿריִער. װער האָט בכלל באַשלאָסן, אַז „דאַנקטאָג‟ זאָל זײַן דער אומאָפֿיציעלער אָנהײב פֿונעם ניטל־סעזאָן אין אַמעריקע? פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ געדאַנק? קען געמאָלט זײַן, אַז די קריסטלעכע רעליגיע איז דאָ שולדיק: די קאַטױלן און פּראָטעסטאַנטן מערקן אָפּ פֿיר װאָכן פֿון „אַדװענט“, װען מע גײט אין קלױסטער, מע צינדט ליכט, מע עסט שאָקאָלאַד און מע זינגט לידער. בײַ די פּראַװאָסלאַװנע הײבט זיך אָן דער אַדװענט (דער אַזױ גערופֿענער „פֿיליפּס תּענית“) מיט צװײ װאָכן פֿריִער; דאָס איז אַ צײַט פֿון תּשובֿה טאָן און אָפּהאַלטן זיך פֿון מאַטעריעלע באַקװעמלעכקײטן. נישט געקוקט אױף די אונטערשײדן, איז די שטימונג פֿון אַדװענט אין בײדע קהילות אַן ערנסטע, אַן עניװתדיקע, פֿול מיט דערװאַרטונג און האָפֿענונג פֿאַר דער באַנײַטער גאולה.
איך האַלט, אַז ס׳איז בלױז אַ צופֿאַל, װאָס די קריסטלעכע הכנות אױף ניטל הײבן זיך אָן פּונקט דעמאָלט, װען די געשעפֿטן נעמען אַנאָנסירן זײערע װינטערדיקע אױספֿאַרקױפֿן. טאָ פֿאַר װאָס שפּילט מען ניטלדיקע מוזיק אין די קראָמען אַזױ פֿרי, פֿון „דאַנקטאָג‟ אָן? גאַנץ פּשוט: די לידער שאַפֿן אַ יום־טובֿדיקע אַטמאָספֿער אין קראָם און מאַכן די קונים נאָך מער װיליק אױסצוגעבן געלט אױף מתּנות פֿאַר משפּחה און פֿרײַנד. װײַזט אױס, אַז די סטראַטעגיע איז אַ געלונגענע, װײַל די בערך דרײַסיק טעג פֿון דאַנקטאָג ביז ניטל זענען די רװחדיקסטע פֿון יאָר. װי עס זאָל נישט זײַן, האָבן מיר הײַנט אַ חגא ניטל װאָס ציט זיך פֿון „דאַנקטאָג‟ אַזש ביז סילװעסטער־נאַכט. אומעטום הערט מען די מוזיק, זעט מען די ליכטלעך און ניטלבײמער, פֿילט מען דעם טעם פֿון פֿעפֿערמינץ און אינגבער־לעקעך.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז װיפֿל אונדזער יום־טובֿ חנוכּה האָט זיך נישט „ניטליזירט“ אין אַמעריקע, בלײַבט נאָך אַלץ אַ היפּשער אונטערשײד אין דעם, װי אַזױ די ייִדן און די גױים גרײטן זיך צו צו זײערע װינטערדיקע יום־טובֿים. אמת, אין דער שטאַרק אַסימילירטער לאָס־אַנדזשעלעסער קהילה, װוּ איך בין אױפֿגעװאַקסן, איז דער מינהג־המקום געװען צו שענקען די קינדער אַ מתּנה יעדע נאַכט פֿון חנוכּה. בײַ אַנדערע משפּחות (לאַװ־דװקא די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס שטעלן אָפֿט אַ „סילװעסטער־בױם“) האָב איך געהערט פֿון אַ „חנוכּה־קוסט“, װאָס איז אָפֿט מאָל אידענטיש מיט אַ ניטלבױם. נו, װי עס קריסטלט זיך אַזױ ייִדלט זיך; אָבער איך האָב קײן מאָל נישט געהערט, אַז אַ ייִדישע משפּחה זאָל שפּילן נאָר חנוכּה־לידער אַ חודש לאַנג. איך האָב אױך קײן מאָל נישט געזען, אַז אַ ייִד זאָל אױפֿהענגען אױפֿן פֿאַסאַד פֿון זײַן הױז אַ גאַנצע רײ אױסשטעלערישע חנוכּה־באַפּוצונגען. פֿאַר װאָס נישט?
מע װאָלט געקענט מײנען דאָס פֿאַרקערטע, אַז דװקא דער מינהג פֿון באַפּוצן דאָס הױז װאָלט אױסגענומען בײַם ייִדישן עולם. װי באַקאַנט, האָבן מיר אַ טראַדיציע פֿון אָנצינדן די חנוכּה־ליכט לעבן דעם פֿענצטער, אַז אַלע זאָלן זען (װי סע שטײט אין דער גמרא אין מסכתּא שבת דף כ״א ע״ב), סײַדן עס װאָלט געשטעלט די משפּחה אין אַ סכּנה. אפֿשר האָט מען מורא פֿאַר די גױיִשע שכנים און פֿאַרבײַגײער, זײ זאָלן חלילה נישט אָנפֿאַלן אױף די ייִדן פֿונעם הױז? איך מײן, אַז נישט. װיפֿל מע זאָל נישט שטאָלצירן מיט די אױפֿטוען פֿון די חשמונאָים, איז חנוכּה געבליבן אַ פּריװאַטער יום־טובֿ פֿאַר דער משפּחה. נאָר בײַ די חב״ד־שלוחים, װאָס שטעלן אױף אין צענטער שטאָט די ריזיקע מנורות געמאַכט פֿון אײַז, איז דאָ אַ מינהג צו פּראַװען דעם יום־טובֿ בפֿרהסיא, אין גאַס, מיט מוזיק און טענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.