דעם 13טן דעצעמבער וועט זיך אין דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟, וואָס געפֿינט זיך אין אַמהערסט, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, עפֿענען די צײַטווײַליקע אויסשטעלונג „אַ שטאָט באַקאַנט ווי אוישוויץ: דאָס לעבן און טויט פֿון אַ ייִדישער קהילה‟. די קוראַטאָרין, שירי סאַנדלער, וועט אויפֿטרעטן מיט אַ לעקציע. די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אָפֿן אין דער „ברעכנער־גאַלעריע‟ בײַם ביכער־צענטער ביזן 27סטן מאַרץ.
סאַנדלערס לעקציע וועט פֿאָרקומען 2 אַזייגער בײַטאָג, דעם 13טן דעצעמבער. די ייִדישע ביכער־צענטראַלע אין אַמהערסט איז אָפֿן זונטיק ביז פֿרײַטיק. לכתּחילה איז די אויסשטעלונג געשאַפֿן געוואָרן דורכן ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟.
הײַנט איז אוישוויץ געוואָרן אַ פֿינצטערער סימבאָל פֿון די טויט־לאַגערן און נאַצי־רציחה. פֿאַר דער מלחמה איז עס אָבער געווען אַ רויִק שטעטל, וווּ ייִדן און פּאָליאַקן האָבן געלעבט פֿרידלעך צוזאַמען. די היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער אויסשטעלונג דערציילן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אינעם דאָזיקן אָרט, וואָס אויף פּויליש טראָגט עס דעם נאָמען אָשוויענטשים.
אַ טייל אויסגעשטעלטע בילדער רופֿן אַרויס אַסאָציאַציעס מיטן חורבן. למשל, אויף איין פֿאָטאָ פֿונעם יאָר 1940 פֿאַרהאַלט אַ דײַטשישער זעלנער צוויי ייִדן אויף דער גאַס. אויף אַן אַנדער בילד, ווערן טויזנטער אונגערישע ייִדן דעפּאָרטירט מיט פֿיר יאָר שפּעטער אינעם לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. ס׳רובֿ פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען אָבער גאַנץ פֿרידלעכע. גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע, אין 1939, האָבן ייִדישע קינדער געשפּילט אויפֿן רוישיקן שטאָטישן מאַרק, ייִדן און קריסטן האָבן זיך פֿאָטאָגראַפֿירט צוזאַמען און די יונגע גימנאַסטן פֿונעם ציוניסטישן ספּאָרט־קלוב „קדימה‟ פּאָזירן פֿאַרן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט.
שירי סאַנדלער, די דירעקטאָרין פֿונעם „אוישוויץ־צענטער‟ בײַם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟, האָט דערקלערט, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג ווילן דערמאָנען די אַמעריקאַנער, אַז די נאַצי־לאַגערן זענען נישט געווען בלויז טויט־מאַשינען, וואָס זענען פּלוצעם אויפֿגעקומען אין פֿאַרוואָרפֿענע ערטער פֿון מיזרח־אייראָפּע. לעבן דעם טרויעריק־באַרימטן טויט־לאַגער שטייט נאָך אַלץ אַן אַלטע שטאָט מיט 40 טויזנט אײַנוווינער, וווּ במשך פֿון דורות האָט געבליט אַ ייִדישע קהילה. די ערשטע ייִדן זענען אָנגעקומען אין אָשוויענטשים אינעם 16טן יאָרהונדערט. אין 1921 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג, בערך 5,000 נפֿשות, באַטראָפֿן 40 פּראָצענט פֿון די תּושבֿים. אַ סך אָרטיקע ייִדן האָבן געשטאַמט פֿון חסידישע משפּחות. דער לעצטער אָרטיקער ייִד, שמעון קלוגער, איז געשטאָרבן אינעם יאָר 2000. נאָך דער מלחמה, האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן היימשטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.