גימפּל־בייניש אויף ענגליש

Gimpel Beynish in English


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 03, 2015, issue of December 25, 2015.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אַרויס אַ נײַע אויסגאַבע פֿון אַלטע ייִדישע קאַריקאַטור־סעריעס וועגן גימפּל־בייניש דעם שדכן, באַגלייט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון דזשיין פּעפּלער. דער מחבר, שמואל זאַגאַט, האָט אָנגעהויבן פּובליקירן זײַנע טשיקאַווע גראַפֿישע מעשׂיות אין דער אַמעריקאַנער צײַטונג „די וואַרהייט‟, אָנהייבנדיק פֿון 1912. אין 1919, ווען די צײַטונג האָט זיך געשלאָסן, איז זאַגאַט אַריבער אינעם „פֿאָרווערטס‟. במשך פֿון פֿערציק יאָר זענען זײַנע קאַריקאַטורן דערשינען כּסדר אין אונדזער צײַטונג. אין איר נײַער אויסגאַבע, האָט די איבערזעצערין אויסגעקליבן 252 פֿון זײַנע פֿריִיִקע ווערק, געדרוקט אין „די וואַרהייט‟ פֿון 1912 ביז 1914.

אינעם יאָר 1972 האָט אידע זאַגאַט, די אַלמנה פֿונעם באַרימטן ייִדישן קאַריקאַטוריסט, אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן אים. שמואל זאַגאַט איז געבוירן געוואָרן אין 1887, אינעם קליינעם רײַסישן שטעטל סעבעזש לעבן וויטעבסק. הײַנט געפֿינט זיך דאָס דאָזיקע אָרט אויפֿן שטח פֿון רוסלאַנד. אינעם יאָר 1893, איז ער אַוועקגעפֿאָרן מיט זײַן מאַמע און ברידער־שוועסטער קיין אַמעריקע, וווּ עס האָט זיך פֿריִער שוין באַזעצט זײַן טאַטע.

פּעפּלער גיט איבער, אַז זי האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף זאַגאַטס קאַריקאַטורן, ווען זי האָט געזוכט אויף דער אינטערנעץ די אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ ייִדיש ליד וועגן דעם שדכן גימפּל־בייניש. שפּעטער האָט זי געפֿונען זאַגאַטס ווערק אינעם ישׂראלדיקן אינטערנעץ־אַרכיוו Jpress.org.il, וווּ עס זענען אַרויסגעשטעלט געוואָרן אַלע נומערן פֿון „די וואַרהייט‟. אויף דער זעלבער וועבזײַט קאָן מען אויך איבערלייענען אַ צאָל אַנדערע היסטאָרישע ייִדישע צײַטונגען. די אַלטע קליינע ייִדישע אונטערקעפּלעך צו די קאַריקאַטורן האָט פּעפּלער אויסגעזעצט פֿון ס‘נײַ, אָפּהיטנדיק דעם אָריגינעלן אויסלייג.

די אָריגינעלע אונטערקעפּלעך שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַלערנדיקן מוסטער פֿונעם ניו־יאָרקער שמועס־ייִדיש פֿון 100 יאָר צוריק, פֿול מיט ענגלישע ווערטער און טשיקאַווע אויסדרוקן. „גזלן, שווינדלער, גענגסטער‟, שעלט מירקע גימפּל־ביינישן, וועלכער ווינטשט די אויפֿגערעדטע הויכע און פֿעטע כּלה, וועלכער מע האָט פֿאָרגעלייגט אַ קליין־וווּקסיקן נעבעכדיקן חתנדל, זי זאָל אַרויפֿגעזעצט ווערן אויפֿן „עלעקטריק טשער‟.

נאָך זאַגאַטס טויט, אין 1964, האָט איינער פֿון זאַגאַטס רעדאַקטאָרן, יעקבֿ ריטש, באַמערקט אינעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די ווערק פֿון דעם הומאָריסטישן קינסטלער האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט אַ באַזונדערן שפּילעוודיקן טעם און ייִדישן חן. דער פּערסאָנאַזש פֿון זײַנע קאַריקאַטורן, דער שדכן גיפּמל־בייניש, האָט זיך באַוויזן אין פּאָפּולערע ייִדישע לידער, קאָמישע סצענעס און אָפּערעטעס. ייִדן פֿלעגן זינגען און אויסטראַכטן נײַע הומאָריסטישע מעשׂיות, ווי אַזוי גימפּל־בייניש האָט חתונה געהאַט אָדער איז געגאַנגען צו אַ דאָקטער. אַ דאַנק פּעפּלערס בוך, וועלן די הײַנטיקע אַמעריקאַנער זיך קענען באַקענען מיטן לעגענדאַרן ייִדישן קאַריקאַטור־פּערסאָנאַזש.