דעם 13טן דעצעמבער, לכּבֿוד חנוכּה, וועט דער „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟ ווײַזן דעם פּאָפּולערן דאָקומענטאַר „דער קאָמעדיאַנט‟, אין וועלכן דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר מיכאל (מײַק) בורשטין דערציילט וועגן זײַן באַרימטער משפּחה.
בורשטין, הײַנט אַ 70־יאָריקער מאַן, איז געבוירן געוואָרן אין אַ ניו־יאָרקער משפּחה פֿון ייִדישע זינגער און אַקטיאָרן. זײַן טאַטע, פּסח בורשטין, איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן ווי אַ יתום אין בערדיאַנק, אוקראַיִנע; ביידע זײַנע עלטערן זענען אומגעקומען בעת אַ פּאָגראָם. אינעם יאָר 1923 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ געוואָרן אַ קאָמיקער, זינגער, קופּלעטיסט און רעזשיסאָר. זײַן צווייטע פֿרוי, די ברוקלין־געבוירענע ליליאַן לוקס (לוקאַשעפֿסקי), איז געווען ייִנגער פֿון אים אויף 22 יאָר. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט כּסדר געשפּילט אויף ייִדיש צוזאַמען. שפּעטער האָבן זיך צו דער משפּחה־טרופּע אָנגעשלאָסן זייערע קינדער, מײַק בורשטין און סוזען בורשטין־ראָט.
דער פֿילם איז אַרויס אינעם יאָר 2000. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז דער סטודענטישער קלוב „הלל‟ בײַם לאָס־אַנדזשעלעסער אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע (UCLA) וועט באַקענען די סטודענטן מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, בשותּפֿות מיט דער דערמאָנטער אָרטיקער ייִדיש־ אינסטיטוציע, ווי אַ טייל פֿון איר הײַנטיקער סעריע קולטור־אונטערנעמונגען אין שײַכות מיט דער מאָדערנער ייִדיש־קולטור.
געוויינטלעך, האָבן די „הלל‟־קלוב אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אָרט, וווּ עס פֿאַרזאַמלט זיך אַ יונגער אַמעריקאַנער ציוניסטיש־געשטימטער וועלטלעכער עולם, וואָס אינטערעסירט זיך ווייניק מיט ייִדיש. ס׳קאָן זײַן, אַז דער מצבֿ וועט אָנהייבן זיך בײַטן. דעם 9טן דעצעמבער, וועט דער ייִדיש־קלוב פֿונעם „הלל‟ בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט דורכפֿירן אַ קאָנצערט פֿון דער „קאָלומביער כּלי־זמר־קאַפּעליע‟. אינעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, פֿאַרנעמט זיך מיט די אָרטיקע „הלל‟־מיטגלידער דער ייִדיש־לערער יורי וועדעניאַפּין.
לעצטנס, האָבן זיך אין די אַמעריקאַנער „הלל‟־קלובן באַוויזן סימנים פֿון ממשותדיקע אידעאָלאָגישע בײַטן. אַ טייל סטודענטן, בפֿרט לינק־געשטימטע, זענען פֿאַרבונדן סײַ מיטן „הלל‟, סײַ מיטן „אַרבעטער־רינג‟ און אַנדערע ייִדיש־געשטימטע חבֿרות. דערווײַל איז שווער צו גלייבן, אַז דער אינטערנאַציאָנאַלער סטודענטישער קלוב וועט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ פּראָ־ייִדישיסטישער אָרגאַניזאַציע. אויף דער אָפֿיציעלער וועבזײַט Hillel.org קאָן מען געפֿינען הונדערטער אַרטיקלען וועגן העברעיִש; ס׳איז כאַראַקטעריסטיש, אַז צווישן דער קנאַפּער צאָל אונטערנעמונגען, וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות מיט ייִדיש, געפֿינט מען אויבן־אָן אויף דער דאָזיקער וועבזײַט קעכערײַ־קלאַסן פֿון 2004. דאָס שײַכות צו ייִדיש באַשטייט אינעם דערמאָנען דאָס וואָרט „באָבע‟. ווער ווייס אָבער, וויפֿל „הלל‟־מיטגלידער וועלן זיך פֿאָרט ערנסט פֿאַראינטערעסירן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַ דאַנק די דערמאָנטע און קומענדיקע ייִדיש־פּראָגראַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.