זונטיק, דעם 22סטן נאָװעמבער זײַנען פֿאָרגעקומען װאַלן אין אַרגענטינע, און מאַוריציאָ מאַקרי, פֿון דער אָפּאָזיציע, איז אויסגעװײלט געװאָרן. ער איז די לעצטע אַכט יאָר געװען דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס און דער ערשטער נישט־פּעראָניסט, אָדער פֿון דער ראַדיקאַלער פּאַרטיי, װאָס װערט פּרעזידענט. ער האָט גלײַך דערקלערט, אַז ער װעט זיך דערװײַטערן פֿון װענעזועלע; ער װעט בײַטן די אַרגענטינער שטעלונג לגבי כינע און רוסלאַנד, אָפּשאַפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, און קעמפֿן קעגן דער קאָרופּציע.
מען דערװאַרט, ער זאָל אויך אָנװענדן די מיטלען אויפֿצוקלערן דעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט, װאָס האָט געהאַט באַשולדיקט די אַרגענטינער פּרעזידענטין אין פֿאַרדעקן דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איבער דעם אָפּמאַך מיט איראַן. די איצטיקע רעגירונג, װאָס האָט נאָך נישט אַדאַפּטירט דעם דורכפֿאַל, האָט שוין אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים צו פֿאַרשװערן דעם איבערגאַנג. די לעצטע טעג האָט זי פֿאַרגרעסערט די הוצאות, נאָמינירט בײַ די 3,000 נײַע אָנגעשטעלטע און פֿאַרטיילט סובסידיעס פֿאַר די פּראָװינצן; פֿאַרגרעסערט נאָך מער דעם מוראדיקן דעפֿיציט און די אינפֿלאַציע, װאָס גראָבט אונטער די אַרגענטינער װירטשאַפֿט.
אָבאַמאַ, האָלאַנד און אַנדערע פֿירערס האָבן באַגריסט דעם נײַעם פּרעזידענט, און נתניהו און די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרן האָבן דערקלערט, אַז זיי זײַנען זיכער, אַז עס הייבט זיך אָן אַ נײַע תּקופֿה אין די באַציִונגען צװישן אַרגענטינע און ישׂראל, װאָס זײַנען לעצטנס געשטאַנען אויף הינערשע פֿיסלעך. װענעזועלע האָט גלײַך אָנגעהויבן אַ פּאָלעמיק מיט דעם „נעאָ־ליבעראַל‟, װאָס װעט „פֿאַראָרעמען דעם אַרגענטינער אַרבעטער‟.
מאַקרי האָט נאָמינירט זײַנע מיניסטאָרן און גלײַך אָנגעהויבן צו אַרבעטן. הרבֿ בערגמאַן, דעפּוטאַט אין שטאָטראַט, איז באַשטימט געװאָרן ווי מיניסטער פֿאַר דער סבֿיבֿה, אַ מיניסטעריום, װאָס דאַרף אָפּהיטן די עקאָלאָגיע פֿונעם לאַנד. הרבֿ בערגמאַן, אַ ביאָכעמיקער, האָט זיך ספּעציאַליזירט אין די ענינים, און װען ער האָט געבויט זײַן שיל, מיט אַ 15 יאָר צוריק, איז דער בנין געװען פֿון די ערשטע, װאָס האָבן אָפּגעהיט די מאָדערנסטע פּרינציפּן אויסצומײַדן קאָנטאַמינאַציע.
דעם 10טן דעצעמבער נעמט איבער די נײַע רעגירונג די מאַכט און מען דערװאַרט, אַז צענדליקער דעלעגאַציעס פֿון אויסלאַנד זאָלן ספּעציעל קומען צו דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע.
אין דער „דאַיאַ‟ זײַנען פֿאָרגעקומען װאַלן. פֿאָרשטייערס פֿון אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס פֿון לאַנד האָבן אויסגעקליבן אַריאל כּהן־סבן װי דער נײַער פֿאָרזיצער. ד״ר כוליאָ שלאָסער, פֿון װעלטלעכן סעקטאָר, װאָס האָט זיך נאָמינירט פֿאַר אַ נײַעם פּעריאָד, האָט פֿאַרשפּילט די װאַלן איבער 10 שטימען. כּהן־סבן איז דער איצטיקער קאַסיר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, אַ רעליגיעזער פֿירער, װאָס רעפּרעזענטירט די שיל „תּלפּיות‟ פֿון דעם מזרחי סעקטאָר.
אין דעם מוניציפּאַלן צענטער „קולטור־װאַרשטאַט‟, איינער פֿון די מאָדערנסטע מוזייען פֿון דער שטאָט, איז פֿרײַטיק, דעם 28סטן נאָװעמבער, דערעפֿנט געװאָרן אַן אויסשטעלונג פֿון די צייכענונגען פֿון די קינדער אין טערעזין. די אויסשטעלונג װערט באַזוכט פֿון טויזנטער מענטשן און תּלמידים פֿון שולן, באַגלייט פֿון זייערע לערערס, און באַקומען ספּעציעלע לעקציעס װעגן דעם לאַגער, װאָס איז געװען אַ סטאַנציע פֿאַר אוישװיץ.
אין דעם ציקל „ספֿרדישע װאָרצלען‟ האָט דער אַרכיטעקט גבריאל סאַזבאָן רעפֿערירט דינסטיק, דעם 1טן דעצעמבער, אויף דער טעמע „צװיי ייִדן, דרײַ קהילות‟. אין זײַן לעקציע, װאָס איז געװידמעט געװען די ייִדישע סינאַגאָגעס אין סאַלאָניקע, האָט ער געװיזן פֿילמען און ליכט־בילדער און גערעדט װעגן דעם לעבן פֿון ייִדן פֿאַרן און בעתן חורבן.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט דאָנערשטיק, דעם 3טן דעצעמבער, דורכגעפֿירט אַ הזכּרה פֿאַר די פֿאַרשװוּנדענע ייִדן בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור. מען שאַצט, אַז אַ 20% פֿון די 30,000, פֿון װעלכע מען װייסט נאָך גאָר נישט, וווּ זייער געביין איז אַהינגעקומען, זײַנען געװען ייִדן.
מיטװאָך דעם 2טן דעצעמבער האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ געשלאָסן דאָס לערניאָר. בײַ דער געלעגנהייט האָבן די סטודענטן דורכגעפֿירט אַ רײַכע קינסטלערישע פּראָגראַם און דערעפֿנט דאָס „שלום־עליכם־יאָר‟, װאָס װעט געפֿײַערט װערן איבעראַיאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.