צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, רופֿן אַרויס די גענעטישע שטודיעס פֿון ייִדן אַ באַזונדערן אינטערעס אין דער וועלט. אַ צאָל פֿאָרשער פּרוּוון צו אַנטדעקן גרויסע חידושים אינעם דאָזיקן געביט און צו דערווײַזן, אַז די הײַנטיקע אַשכּנזים שטאַמען פֿון כּוזרישע צי סלאַווישע גרים, אָדער אַז אין דער תּנ״כישער תּקופֿה האָבן די „אָריגינעלע‟ ייִדן געהאַט אַ טונקעלע הויט. לעצטנס האָט זיך אויף די רוסיש־ייִדישע וועבזײַטן באַוויזן דאָס נײַע בוך מיטן נאָמען „ייִדן און פּושטונען פֿון אַפֿגאַניסטאַן‟ פֿון אַנאַטאָלי קליאָסאָוו און כאָמיד סאַיִדאָוו.
די פּושטונען אָדער פּאַשטונען זענען אַ גרויסע עטנישע גרופּע, וואָס באַטרעפֿט אַרום 49 מיליאָן נפֿשות, און וווינט, על־פּי־רובֿ, אין פּאַקיסטאַן און אַפֿגאַניסטאַן. צווישן אַ סך פּושטונישע משפּחות איז פֿאַשפּרייט אַן אַלטע לעגענדע, לויט וועלכער זיי שטאַמען פֿון די פֿאַרלוירענע ייִדישע עשׂרת־השבֿטים. די דאָזיקע לעגענדע האָבן אויך געשטיצט די מחברים פֿון פֿאַרשיידענע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט פּראָמינענטע רבנים, וועלכע האָבן באַמערקט צווישן די פּושטונען געוויסע מינהגים, וואָס זענען מרמז אויפֿן ייִדישן אָפּשטאַם. למשל, אַ טייל פֿון זיי טראָגן פּאות און מלן זייערע קינדער אויפֿן אַכטן טאָג. געוויסע פּושטונישע שבֿטים רופֿן זיך אָן בפֿירוש „בני־ישׂראל‟.
קליאָסאָוו איז אַ פּראָמינענטער רוסישער ביאָ־כימיקער, וועלכער וווינט אין באָסטאָן און פֿאַרנעמט זיך מיט כעמישע און מעדיצינישע פֿאָרשונגען. סאַיִדאָוו איז אַ פּאָליטאָלאָג און אָריענטאַליסט פֿון טאַדזשיקיסטאַן, וועלכער האָט אין די 1990ער יאָרן געדינט ווי אַ דיפּלאָמאַט אין איראַן און איז גוט באַקאַנט מיט דער קולטור פֿון אַפֿגאַניסטאַן און צענטראַל־אַזיע. אינעם נײַעם בוך, וואָס איז דערשינען אין יולי, באַטראַכטן די מחברים פֿאַרשיידענע קולטורעלע, שפּראַכלעכע, היסטאָרישע און עטנאָגראַפֿישע פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און פּושטונען. דער עיקר־אַקצענט ווערט אָבער געשטעלט אויף די פּרטימדיקע און קאָמפּליצירטע גענעטישע שטודיעס. די מחברים מאַכט אַן אויספֿיר, אַז די צוויי אַנאַליזירטע באַפֿעלקערונג־גרופּעס זענען טאַקע פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער.
די לייענער פֿונעם בוך קאָנען זיך באַקענען מיט אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן די אוראַלטע אַפֿגאַנישע שבֿטים און וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן לאַנד. ייִדן האָבן שוין געוווינט אין אַפֿגאַניסטאַן אינעם 7טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 2011 האָט מען אין אַן אַפֿגאַנער הייל אַנטדעקט אַן אוצר פֿון ייִדישע דאָקומענטן אויף לשון־קודש און אַראַביש, ווי אויך אויף ייִדישע וואַריאַנטן פֿון אַראַביש און פּערסיש. אַ טייל כּתבֿ־ידן אין דער אַזוי־גערופֿענער אַפֿגאַנער גניזה זענען איבער 1000 יאָר אַלט.
דער גרעסטער חסרון פֿונעם נײַעם בוך באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס קליאָסאָוו האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן עקסצענטרישן כּמו־וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט אויסגעטראַכט די קאָנטראָווערסאַלע טעאָריע פֿון „גענעטישער גענעאַלאָגיע‟. זײַענדיק אַ פּראָמינענטער כעמיקער, איז ער נישט אַ פּראָפֿעסיאָנעלער גענעטיקער. ס׳רובֿ מומחים אינעם דאָזיקן געביט מיינען, אַז ער איז אַ שאַרלאַטאַן. אינעם בוך טרעפֿן זיך אויך גענוג עם־הארצישע ידיעות וועגן ייִדן און ייִדישקייט.
קליאָסאָווס פֿאָרלויפֿיקע שטודיעס פֿון ייִדישער גענעטיק, פֿול מיט ספּעציפֿישע וויסנשאַפֿטלעכע טערמינען און דיאַגראַמען, זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם פּאָפּולערן ייִדיש־רוסישן אינטערנעץ־זשורנאַל „יעווגעני בערקאָוויטשס נאָטיצן וועגן ייִדישער געשיכטע‟, וווּ עס ווערן כּסדר פּובליקירט ערנסטע און פֿאַרכאַפּנדיקע היסטאָרישע מאַטעריאַלן.
די פּראָמלעם מיט סענסאַציאָנעלע שטודיעס פֿון ייִדישער גענעטיק באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס פֿון געוויסע בלוט־פֿאַרבינדונגען קאָן מען נישט מאַכן קיין פֿעסטע היסטאָרישע אויספֿירן. מע ווייסט, אַז במשך פֿון זייער לאַנגער געשיכטע האָבן אַ סך ייִדן אין אַפֿגאַניסטאַן זיך אַסימילירט און אויסגעמישט מיט די אָרטיקע מוסולמענער. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז זייערע אָפּשטאַמלינגען האָבן אַ שײַכות צו די פֿאַרלוירענע צען ייִדישע שבֿטים. פֿון דער צווייטער זײַט, געפֿינען מיר אין גמרא און אַנדערע קלאַסישע ספֿרים נישט ווייניק מעשׂיות וועגן פּערסן, וואָס האָבן זיך מגייר געווען. אויב מע גריבלט זיך גענוג טיף, קאָן מען, מסתּמא, געפֿינען ווײַטע גענעטישע פֿאַרבינדונגען צווישן וועלכע־ניט־איז מענטשן אין דער וועלט.
אַזוי צי אַזוי, בלײַבט די טעמע פֿון ייִדיש־פּושטונישע פֿאָרשונגען גאַנץ אינטערעסאַנט און ווייניק געפֿאָרשט. רוסלאַנד, וווּ עס וווינען אַ סך ספּעציאַליסטן פֿון צענטראַל־אַזיאַטישע פֿעלקער, איז אַ געראָטן אָרט פֿאַר אַזעלכע שטודיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.