אין מאַרץ וועט אַרויס אין אַ בוך־פֿאָרעם און אינעם עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט דאָס ענגלישע בוך פֿון דזשעניפֿער ראָבינס און סימאָן מילער, מיטן נאָמען „די נײַע ייִדישע קיך: כּשרע רעצעפּטן אויף יום־טובֿים און אויף יעדן טאָג אָן גלוטען און לויט דער פּאַלעאָ־דיעטע‟. די פּאַלעאָליטישע דיעטע, באַקאַנט ווי „פּאַלעאָ‟, באַשטייט בלויז פֿון די פּראָדוקטן, וואָס מע האָט געגעסן אין דער שטיינערנער תּקופֿה. אויף וויפֿל מע ווייסט, האָבן די מענטשן זיך דעמאָלט נאָך נישט דערטראַכט צו מעלקן די בהמות, דערפֿאַר טויגן נישט די מילכיקע מאכלים פֿאַר די נאָכפֿאָלגער פֿון דער דאָזיקער שיטה, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר.
די מחברטעס האָבן צוגעטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן צוגרייטן אויף דעם „פּאַלעאָ‟־שטייגער 100 טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים, אַרײַנגערעכנט מצה־קניידלעך, לאַטקעס, בלינצעס און בייגל מיטן פּאַרעווער קעז, געמאַכט פֿון קעשיו־קערנדלעך. דאָס בוך קאָן מען שוין באַשטעלן אויף דער אינטערנעץ. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אויף ענגליש הייסט דאָס בוך The New Yiddish Kitchen. אויף דער וועבזײַט, וואָס טראָגט דעם נאָמען yiddishkitchen.com, דערקלערן די מחברטעס, אַז פֿאַר זיי ווערן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך פֿון זייערע באָבע־זיידעס. בלינצעס, קוגל, מצה, לאַטקעס — אַלץ אין זייערע משפּחות האָט געטראָגן אַ ייִדישן נאָמען, און די באָבעס האָבן געשמועסט אויף ייִדיש, ווען זיי האָבן צוגעגרייט די נאַשערײַען.
דער געדאַנק צו קאָמבינירן דעם ייִדישן טעם מיט דער „פּאַלעאָליטישער‟ שיטה איז אַ חידושדיקער, אָבער גאַנץ פֿאַרשטענדלעכער. יעדעס מאָל, ווען אין אַמעריקע באַווײַזט זיך אַ נײַער פּאָפּולערער מין דיעטע, הייבן אָן ייִדן אויסנוצן די נײַע שיטה אין זייער בוך און שרײַבן ביכער וועגן דעם. להיפּוך צו דער וועגעטאַרישער אָדער וועגאַנער דיעטע, שטעלן די ליבהאָבער פֿון „פּאַלעאָ‟ אַן אַקצענט אויף פֿליישיקע מאכלים, דערפֿאַר קאָן מען אויסנוצן אַ סך גרייטע קלאַסישע ייִדישע רעצעפּטן אָדער גרינג אויסאַרבעטן אַ „פּאַלעאָ‟־ווערסיע.
אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער נאָמען פֿונעם נײַעם בוך רעפּרעזענטירט אַן אינווערסיע פֿון דער אַלטער טראַדיציע צו רופֿן ייִדיש Jewish אויף ענגליש. מיט צוויי־דרײַ דורות צוריק איז געווען זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך פֿאַר די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע און זייערע קינדער, אַז ייִדן רעדן אויף דער ייִדישער שפּראַך, אַזוי ווי די ענגלענדער רעדן אויף ענגליש. די היסטאָריקער באַמערקן, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געבליט דאָס גאַנצע „פֿאָלק פֿון ייִדיש‟.
הײַנט איז אויף ענגליש אָנגענומען געוואָרן נישט צו רופֿן ייִדיש „דזשויִש‟, ווײַל פֿאַר אַ טייל אַנדערע ייִדן קאָן דאָס דאָזיקע וואָרט מיינען העברעיִש אָדער אַפֿילו לאַדינאָ. מע קאָן אָבער יאָ זאָגן, ווי עס באַטאָנען די מחברטעס פֿונעם נײַעם קולינאַריע־בוך, אַז די קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש־פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט די מאכלים, בלײַבט פֿאַרבונדן מיט דער שפּראַך פֿונעם דאָזיקן פֿאָלק — ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.