אין נאָוועמבער האָט די אַזערבײַדזשאַנער פּרעסע איבערגעגעבן, אַז אינעם ייִדישן שטעטל קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ האָט מען אָנגעהויבן פֿילמירן דעם ייִדישן טייל פֿון אַ דאָקומענטאַר, געווידמעט דער געשיכטע, קולטור און מינהגים פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, וואָס באַזעצן אַזערבײַדזשאַן.
קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ איז אַן אוניקאַל אָרט, וווּ די באַפֿעלקערונג, איבער 3500 נפֿשות, באַשטייט, על־פּי־רובֿ, פֿון קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן, הגם אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן אָרט האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אויך די אַשכּנזים, גרוזינישע ייִדן און אייניקלעך פֿון די רוסישע גרים, וועלכע זענען אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון דער רוסישער אימפּעריע, ווי אַן אומגעוווּנטשענער עלעמענט; צוליב געוויסע היסטאָרישע סיבות, האָט אַ ממשותדיקע צאָל אַזעלכע ייִדן זיך דאָרטן באַזעצט אינעם 19טן יאָרהונדערט. דער נײַער פֿילם ווערט געשטיצט דורכן „פֿאָנד פֿון גיידאַר אַליִעוו‟ — אַן אומאָפּהענגיקע נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע, וואָס האַלט אונטער פֿאַרשיידענע קולטור־פּראָיעקטן און טראָגן דעם נאָמען פֿונעם געוועזענעם אַזערבײַדזשאַנער פּרעזידענט, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן לאַנד פֿון 1993 ביז 2003.
קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ איז באַקאַנט ווי דאָס איינציקע אָפּגעהיטע ייִדישע שטעטל אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין דער מערבֿדיקער ייִדישער פּרעסע פֿיגורירט דאָס דאָזיקע אָרט ווי אַ חידוש, ווײַל אַזערבײַדזשאַן איז אַ מוסולמעניש לאַנד. למעשׂה, באַציִען זיך די אָרטיקע מוסולמענער צו ייִדן מיט דרך־ארץ און קיין אַנטיסעמיטיזם איז אינעם דאָזיקן לאַנד כּמעט אינגאַנצן נישטאָ.
די באַרג־ייִדן שטאַמען פֿון פּערסיע און רעדן אויף אַן אייגענער שפּראַך, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ייִדישע פֿאָרעם פֿון טאַטיש — אַן איראַנישע שפּראַך נאָענט צו פּערסיש. זייער לשון רופֿן זיי דזשוהורו, וואָס מיינט „ייִדיש‟.
די קינעמאַטאָגראַפֿן האָבן אָנגעהויבן פֿילמירן דעם פֿילם דווקא אינעם ייִדישן שטעטל, צוליב דער אוניקאַלער געשיכטע פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וואָס עקזיסטירט שוין אַ סך דורות. די קאַווקאַזישע ייִדן וווינען אינעם דאָזיקן ראַיאָן לכל־הפּחות 1500 יאָר און האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע אוניקאַלע פֿאָלק־קולטור.
די ערשטע קאַדערס פֿונעם פֿילם האָט מען פֿילמירט אין דער אָרטיקער ישיבֿה. דערנאָך פּלאַנירט מען צו פֿילמירן די שילן, די ייִדישע שול אויפֿן נאָמען פֿון יצחק כאַנוקאָוו. די שאַפֿער פֿונעם דאָקומענטאַר וועלן אויך באַקענען די צוקוקער מיט פֿאַרשיידענע טראַדיציאָנעלע מאכלים פֿון די באַרג־ייִדן און די שעפֿערישע ווערק פֿון די אָרטיקע ייִדישע בעל־מלאָכות. די קומענדיקע וואָך, ווען די תּושבֿים פֿון קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ וועלן פּראַווען חנוכּה, פּלאַנירט מען צו פֿילמירן די לעצטע קאַדרען פֿונעם ייִדישן טייל און אַריבערגיין צו די אַנדערע פֿעלקער, וואָס וווינען אין אַזערבײַדזשאַן. ראַשאַד קערימאָוו, אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער בײַם „פֿאָנד פֿון גיידאַר אַליִעוו‟, האָט איבערגעגעבן, אַז מע פּלאַנירט אַרויסצולאָזן דעם פֿילם דעם קומענדיקן זומער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.