די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 4טן דעצעמבער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿון די קעטסקילס — די קוראָרט־געגנט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ אַ סך ייִדן פֿאַרברענגען דעם זומער. דער מחבר, ניקאָלאַס לעמאַן, איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון זשורנאַליסטיק בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט.
אינעם יאָר 1824 האָט אַ גרופּע געשעפֿטסלײַט געעפֿנט דעם ערשטן גרויסן קוראָרט־האָטעל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אויף די קעטסקילס־בערג 1,500 פֿוס איבערן האַדסאָן־טײַך. דערנאָך, האָט דער יונגער בריטיש־געבוירענער קינסטלער טאָמאַס קאָול רעקלאַמירט די דאָזיקע געגנט, וועלכע האָט זיך פֿאַרוואַנדלט מיט אַ 50 יאָר נאָך דער דעקלאַראַציע פֿון אומאָפּהענגיקייט אין אַן אַמעריקאַנער סימבאָל פֿון רו און „פֿאַרבאָטענער ווילדקייט‟.
נאָך פֿריִער, אין 1819, האָט וואַשינגטאָן אירווינג פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן בוך פֿון וווּנדער־מעשׂיות וועגן קעטסקילס. צוליב דעם, האָט דער קוראָרט צוגעצויגן אַ סך טוריסטן, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו פֿאַרזוכן דעם געהיימנישפֿולן טעם פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן.
אינעם יאָר 1972 האָט אַלף עווערס, אַן אָרטיקער שרײַבער און היסטאָריקער, אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם געשיכטע פֿון די קעטסקילס; אַ אַנדער היסטאָריש בוך וועגן דער געגנט, פֿון דייוויד ספּראַדלינג, איז דערשינען אין 2010. סטיווען סילווערמאַן, דער גרינדער־דירעקטאָר פֿון דער וועבזײַט People.com און רפֿאל סילווער, דער שרײַבער און קינעמאַטאָגראַף, געשטאָרבן אינעם יאָר 2013, האָבן נישט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַן אַנדער בוך, וואָס דערציילט, ווי אַזוי די קעטסקילס־געגנט האָט געביטן דעם אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער. דאָס בוך דערציילט וועגן אַזעלכע געשעענישן, ווי די „מלחמות‟ איבער דירה־געלט אין די 1840ער יאָרן, און דער באַרימטן מוזיק־פֿעסטיוואַל „וווּדסטאָק‟, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין די קעטסקילס אינעם יאָר 1969.
איינע פֿון די הויפּט־פּערסאָנאַזשן אין סילווערמאַנס און סילווערס בוך איז דזשעני גראָסינגער — די ייִדישע פֿרוי, וועלכע איז אַמאָל געוועם באַקאַנט ווי די „מלכּה‟ פֿון די קעטסקילס. ווי אַן אָרעמע פֿרוי אָן אַ גראָשן, איז זי אָנגעקומען קיין אַמעריקע פֿון גאַליציע אין 1900, און זיך באַזעצט מיט מיט אירע טאַטע־מאַמע אויף זייער פֿאַרם אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק אין 1912. שפּעטער האָט זי געעפֿנט דאָרטן אַן אינטערנאַט, וועלכער האָט זיך במשך פֿון דער צײַט אַנטוויקלט אין אַ גרויסער קוראָרט־אונטערנעמונג.
גראָסינגער און אַנדערע ייִדישע בעלי־בתּים פֿון די קוראָרטן אינעם קעטסקילס־ראַיאָן האָבן געמוזט שאַפֿן זייערע געשעפֿטן אין אַן אַטמאָספֿער, ווען אַנטיסעמיטיזם איז געווען אַן אָנגענומענע נאָרמע אין אַמעריקע, און דער אַמעריקאַנער עולם האָט נישט ליב געהאַט די אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. בלויז דער פֿאַרמעגלעכער קלאַס האָט געקאָנט זיך דערלויבן צו פֿאַרברענגען זומער אין אַ קוראָרט. הײַנט איז אָבער דער קעטסקילס־ראַיאָן באַרימט ווי אַן אָרט, וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר טויזנטער חסידים און די ליטווישע מתנגדים; אַחוץ דעם גרויסן פֿרומען ציבור, קומען אַהין אַ סך רוסישע אימיגראַנטן — אָפֿטמאָל, אויך פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם — ווי אויך אַזעלכע אומגעוויינטלעכע טיפּן, ווי בודיסטן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך אינעם רויִקן ראַיאָן מיט מעדיטאַציעס. להיפּוך, קומען אַהין כּסדר די „ווילדע‟ מאָטאָציקליסטן.
די גרעסטע געגנט אין די קעטסקילס, דער פּאַרק פֿון 700,000 אַקערס, בלײַבט נאָך אַלץ ליידיק, צוליב די שפּיציקע בערג. סילווערבערג און סילווער דערציילן ווייניק אין זייער בוך וועגן דעם דאָזיקן ווילדן ראַיאָן. בײַ אַ סך פֿרומע ייִדן אין אַמעריקע איז פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פֿאַרברענגען דעם זומער אין דער דאָזיקער געגנט. אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק זענען פֿאַראַן גאַנצע חסידישע שטעטלעך. למשל, דאָס שטעטל מאָנט־קיסקאַָ, אינמיטן די וועלדער פֿון וועסטטשעסטער־קאַונטי, בלײַבט דער צענטער פֿון די קאַשעווער חסידים, באַקאַנט אין דער חסידישער וועלט ווי קרית־קאַשוי. עס וואָלט געווען כּדאַי אָנצושרײַבן אַ באַזונדער בוך וועגן דער פֿרומער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.