„טשאָלנט‟ [אויף פּויליש — Czulent], אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין קראָקע, פּוילן, וואָס האָט שוין אַרויסגעלאָזט דרײַ קינדערביכלעך אויף ייִדיש און פּויליש, האָפֿט אין גיכן צו פּובליקירן אַ פֿערט בוך אין דער סעריע, וואָס וועט באַשטיין פֿון לידעלעך וועגן חיות און אַנדערע טעמעס אין דער וועלט בכלל און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט. דאָס בוך וועט הייסן „דער ייִדישער זאָאָלאָגישער גאָרטן‟.
דער ציל פֿונעם פּראָיעקט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיט די „פֿרײַנד פֿון ייִדישער באַנײַונג אין פּוילן‟ (FJRP), איז אויסצוטיילן די ביכלעך צו יונגע ייִדישע משפּחות איבער פּוילן, כּדי די קינדער (און אויך די טאַטעס און מאַמעס) זאָלן זיך באַקענען מיט די ווערטן און געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אויף אַ פֿאַרווײַלערישן אופֿן.
כּדי צו דעקן די הוצאָות אויסצוטיילן די ביכלעך, האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעהויבן אַ געלטזאַמלונג־קאַמפּאַניע דורך דער אינטערנעץ: https://www.razoo.com/us/story/Friendsofczulent
איינס פֿון די פֿריִערדיקע קינדערביכלעך, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט אַרויסגעלאָזט — „מײַן אַלף־בית‟ פֿון יהושע קאַמינסקי — האָט אין 2014 געוווּנען דעם ערשטן פּריז בײַם אָנגעזעענעם יריד פֿון קינדערביכער אין באָלאָניע, איטאַלע.
די אַנדערע ביכלעך אין דער סעריע זענען „אַ מעשׂה‟ פֿון לייב קוויטקאָ, און „יום־טובֿ לידער‟ — אַ זאַמלונג לידעלעך פֿון שמואל צעסלער, אײַדע מאַזע און יצחק־לייבוש פּרץ. אַלע ביכער אין דער סעריע זענען אילוסטרירט געוואָרן פֿון אורסולאַ פּאַלוסינסקאַ.
כּדי צוצוגעבן די ביכלעך אַ ייִדישן טעם, האָט מען אין דער פּוילישער איבערזעצונג פֿון די לידער בפֿירוש נישט איבערגעזעצט געוויסע ייִדישע פֿראַזעס, נאָר זיי איבערגעשריבן אין דער פּוילישער טראַנסקריפּציע ווי, למשל, szalech mones פֿאַר „שלח־מנות‟, און majzele-majzl פֿאַר „מײַזעלע מײַזל‟.
אַנאַ מאַרקאָווקאַ, די פֿאָרזיצערין פֿון „טשאָלנט‟ האַלט, אַז עס איז אויך דאָ גענוג אינטערעס צו פֿאַרשפּרייטן די ביכלעך אין נישט־ייִדישע שולן אין פּוילן, און דערבײַ באַקענען די אַלגעמיינע פּוילישע באַפֿעלקערונג, אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן, מיטן לעבן און דער קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּלאַן צו באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם אין די שולן.
„דאָס וועט זײַן אַ געוואַלדיקער רעסורס אויפֿצולעבן די ייִדישע קולטור פֿאַר טויזנטער פּוילישע קינדער און זייערע עלטערן איבערן לאַנד,‟ האָט פֿרוי מאַרקאָווקאַ געזאָגט.
צו זען אָדער אַראָפּצולאָדן אַ pfd פֿון די ערשטע דרײַ בענד קינדערביכער, גייט צו https://www.majse.czulent.pl/
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פּראָיעקט פֿאַרבינדט זיך מיט https://www.czulent.pl/en
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.