דער „שטראַסבורגער לופֿט־טעאַטער‟ האָט די וואָך געעפֿנט די רעגיסטראַציע פֿאַר זײַן אינטערנאַציאָנאַלן זומער־קורס, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 18טן ביזן 29סטן יולי 2016.
אַחוץ די פֿאָרמעלע קלאַסן, וועט דער „לופֿט־טעאַטער‟ אויך אָרגאַניזירן פֿאַרשידענע וואַרשטאַטן, ספּעקטאַקלען, פֿילם־ווײַזונגען, שפּאַצירן און אויסשטעלונגען, מיטן טראָפּ אויף קולטור און קונסט. „מיר זענען אַ געזעלשאַפֿט, וואָס גיט זיך אָפּ זינט איר גרינדונג מיט דער טעאַטראַלישער, מוזיקאַלישער שאַפֿונג אין ייִדיש,‟ האָט רפֿאל גאָלדוואַסער, דער דירעקטאָר פֿונעם „שטראַסבורגער לופֿטטעאַטער‟ און פֿונעם זומער־קורס געזאָגט.
דער קורס, וואָס ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן „מעדעם־צענטער‟ אין פּאַריז, קומט כּסדר פֿאָר איין יאָר אין פּאַריז און איין יאָר אין שטראַסבורג. אין 2013 האָבן זיך אין שטראַסבורג געלערנט 61 סטודענטן פֿון פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, איטאַליע, פּוילן, און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך פֿון קאַנאַדע, אַרגענטינע, מעקסיקע און ישׂראל. 17 סטודענטן פֿון מיזרח־אייראָפּע און 3 שטראַסבוגער יונגע לײַט האָבן באַקומען סטיפּענדיעס בײַ דער אינסטיטוציע.
דעם ערשטן ניוואָ פֿונעם 2016 קורס וועט לערנען שאַראָן בר־כּוכבא, פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟. דאָ וועט מען זיך לערנען ווי צו לייענען, שרײַבן און שמועסן אויף ייִדיש. אינעם צווייטן ניוואָ וועט נאַטאַליע קריניצקאַ, אויך פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟, לערנען גראַמאַטיק, און ווי צו לייענען פֿאַרשידענע טעקסטן.
דעם דריטן ניוואָ וועט לערנען קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿון וואַרשע, און דעם פֿערטן — אַגניעסקאַ לעגוטקאָ, פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק.
צווישן די פּלאַנירטע וואַרשטאַטן וועט זײַן „ייִדיש געזאַנג‟ מיט אַסטריד ראָף, וווּ מע וועט זיך אויסלערנען ווי אַרויסצורעדן די ווערטער פֿון ייִדישע לידער, ווי זיי צו זינגען מיט געפֿיל און ווי זיך אויסצולערנען זיי אויף אויסנווייניק.
די סטודענטן וועלן הערן צוויי קאָנצערטן: „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, באַגלייט מיט דער מוזיקאַלישער שאַפֿונג פֿון עליאַן אַבערדאַם פֿאַר קלאַוויר, קלאַרינעט און פֿידל, ווי אויך אַ קלעזמער־קינאָ־קאָנצערט, „ייִדישע גליקן‟.
מע וועט אויך ווײַזן די סטודענטן אַן אויסשטעלונג וועגן דעם ייִדישן מאָסקווער קונסטטעאַטער „גאָסעט‟, פֿאַר וועלכן מאַרק שאַגאַל האָט געמאָלט זײַנע ערטשע דעקאָראַציעס, און אַ צווייטע אויסשטעלונג פֿון די בילדער פֿונעם פֿראַנצייזישן מאָלער נ. מילשטיין, אונטערן טיטל „בריאת־העולם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.